היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » דער דיין פארט אויף בעלגיע

דער דיין פארט אויף בעלגיע

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1849733

קרעמער » 20/3/2006 22:33

מברר צו זיין די כשרות פון דעם ציג וואס איז געבוירן געווארן מיט זעקס פיס...
http://www.local6.com/news/8142168/detail.html

[בילד – נישט אפגעהיט]

ווייסבעסער » 22/3/2006 00:27

מיר האבען געהאט א חבר איך האב פארגעסען זיין ניק וואס איז געפארען קיין לאנדען ער האט ציגעזאגט צי שרייבען א ריפארט און האט למעשה נאר געשיקט א גריס פינעם ראש הקהל בבחינת אמור הרבה ועשה מעט נאך לענגערע בקשות פינעם ציבור האט ער אויסגעמעקט די הבטחה אין גארנישט איבערגעגעבען פין זיין ביקור
מיין האפענונג איז אז סאכדעס פארט מיט מיטען דיין אין וועט אינז יא גיבען א פינקטליכע באריכט
אפאר בילדער פין די מן הסתם פילע באזיכען פין די דארטיגע רבנים וואו אויך ביים פארעם שאט נישט

יאגעלע » 22/3/2006 01:01

איך קען מיטפארן?

סאכדעס » 24/3/2006 04:38

יאגעלע צי שפעט זיך דערמאנט צו פרעגן, דער דאיען איז שוין אפגעפארן, ער האלט אינדערמיט דורכטוהן דעם שווערן שווערן שאלע, אבער ער זאגט אלעס האט זיך געלוינט פאר אביסל פובליסיטי, ער האט פרובירט אויך געבן פאר די שעפעלע מילך פון א באטל, אבער די שעפעלע האט איהם אנגעקוקט ווי דער האן אין בני אדם, שטיינס געזאגט, וואס ווילסטו פון מיר, איך קען דיר נישט פון ערגעץ.

איך האף אז דער דאיען וועט ארויסקריכן מיט די שווערע שווערע שאלע, און אהיימקומען געזונטערהייט, און אונז אלע ברענגן א לעבעדיקן באריכט פון די גאנצע מאנסע.