איך וויל מקדים זיין עפעס פאר איך שרייב וואס איך וויל שרייבן.
די אשכול מיז נישט זיין אזא אינטערעסאנטע אשכול, אבער אזוי ווי איך האב שוין לאנג נישט געעפענט א פרישע אשכול האב איך אפגעמאכט אז איך וועל עפענן א אשכול איבער דעם.
ווען איך גיי אין מקוה, לייג איך ארויף מיין היט אויבן אויף די דאך פון די באנק ( איך האף אז איר פארשטייט וואס איך מיין) אין דערנאך הענג איך אויף מיין רעקל,וועסטל, ציצית, און שפעטער מיין העמעד, און איך מיין אז רוב מענטשן הענגן אויך אויף די אלע זאכען.
עס איז אויך דא מענטשן וואס הענגן אויך אויף די הויזן, און נאר די קאפל און די אינטערוועש לייגן זיי אראפ אויפן באנק.
היינט אין מקוה איז לעבן מיר געזיצן איינער וואס האט אויפגעהאנגן אלע וועש (אויסער די שטרימפ) אפולי די קאפעל.