ערשט האנטיגע אינפארמאציע
אזוי רעדענדיג מיט'ן דיין אויפן טעלעפאן (ס'האט זיך מיר געמאכט אן ערנסטע שאלה) זאגט מיר דער דיין פליצלינג אז ער דארף אראפלייגען די טעלעפאן, ער דארף זען וואס איז דא געשען.
נאך אפאר אנגעצויגענע מינוט'ן רופט מיך דער דיין צוריק און ער זאגט מיר אז ער האט ערש-האנטיגע אינפארמאציע, דער דיין איז געווען אין מאנראו (צוליב א סיבה...) און דער שאפער האט אים געטראגען דורך א גאס וואס רופט זיך 'ישראל זופניק' און ער קומט אן צום קארנער פון ישראל זופניק אין עיקרס זעט ער אז ס'טוט זיך הצלה מיט פייערלעשער און וואס נישט.
וואס איז געווען די מעשה פרעג איך, זאגט ער מיר אז איין קאר איז געפארן אויף ישראל זופניק און א צווייטע קאר איז געפארן אויף עיקרס, און די מינוט'ן איז נאך נישט באקאנט צו דער קאר וואס איז געפארן אויף עיקרס האט זיך געוואלט איינדרייען אויף ישראל זופניק אין ער האט געגליטשט און אזוי אריינגעקראכט אינ'ם אנדערן קאר, צו האט ער גאר געפלאנט צו פארן ווייטער גראד אויף עיקרס נאר ער האט געגליטשט אין אזוי אריינגעקראכט אינ'ם אנדערן קאר.
די הצלה מעמבער'ס זענען אנגעקומען און זיי זען אז מ'קען מישט עפענען די טיר פון די קאר וואס איז געווען לכתחלה אויף ישראל זופניק, האט מען אריינגערופען די פייער לעשער -מצילי אש בלעז- אז זיי זאלן עפענען די טיר, און דאן איז דאס פארגעקומען זיי האבן געשריגן די אויבען דערמאנטע ווערטער
GO ON THE SIDEWALK NOW פאר'ן דיין, און כך הוה... דער דיין האט זיך ארויפגעפיצט אויפן סייד-וואלק, און זיי האבן געפענט די טיר פונ'ם קאר, און די הצלה מעמבער'ס האבן אים אריינגעלייגט אינ'ם אמבולאנס, און שוין.
ווי אויך האט מיר דער דיין געהייסען איבערגעבן אז די הצלה מעמבער איז געווען א איש מורם מעם, און ער האט צוליב די גאס רעגן זיך אנגעטון א האנטוך אויפ'ן קאפ אז ער זאל נישט נאס ווערן.
תוקן על ידי - פענסטער - 04/04/2006 4:23:30