היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » העי יו... געב מיר צוריק מיין געלט !!

העי יו... געב מיר צוריק מיין געלט !!

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1869360

משנה_למלך » 5/4/2006 05:17

זיצנדיג לעצטענס מיט מיינע חברים ביי א פריינד שמחה, האט מען זיך בעסיקלי פיין
אונטערגעהאלטן געשמועסט על דא ועל הא. בתוך אחד השיחים איז אויפגעקומען דער
שמועס וועגן דעם וויליאמסבורג בולעטין, וואס איז נודע בשער בת ווילי וואו עס ווערט ארומגעשיקט
אויף פאסט פאר סובסקרייבערס, און מען האט וואס צו ליינען, עפעס אין מויל צו נעמען...

דא דארף ארויסגעברענגט ווערן בשבחם פון די ארויסגעבער, פארן רעכענען די מינימאלע אפצאל פון 35 דאלער פער צוויי יאר, וואס ווען מען רעכנט עס אויס וויפיל עס קאסט צו שיקן אויף פאסט , 40 מאל א יאר באטרעפט דאס כמעט דעם גאנצן סכום! אני לכשעצי פארשטיי אז נישט פון דעם מאכן זיי די רווחים.

א קיצור, איך האב ארויסגענומען פון דעם שמועס אז היינט צוטאגס שיקן זיי דאס פאר יעדן איינעם אין ווילי בחינם אויף מעיל, אנדערש ווי אנהויב ווען זיי האבן שטרענג פארלאנגט אז מען זאל צאלן א סובסקריפציע אפצאל. דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, די פאפקארן האט זיך מיר פארהאנקערט צווישן די צוויי באק צאהן, די גלעזעל פאנטש סאדע האט זיך שיער אויסגעגאסן אויף מיין געביגלטן טלית קטן, הלמאי ?! זאג איך צו מיר האלב פרעגעדיג האלב שרייענדיג, פארוואס פונקט איך האב יא געדארפט צאלן ? וואסארא מין ווערטשאפט איז דאס מען בעט געלט, און אויב קיינער צאלט נישט נאר בלויז א מספר קטן טיילט מען דאס אויס אומזיסט ?!.......
און אויב האסטו שוין יא באשלאסן צו געבן פריי פון אפצאל, דאן געב צוריק דעס געלט וואס די ערשטע האבן געצאלט, אדער געב זיי עפעס א בענעפיט !!! ,,,, [איין חודש פאר פרי ...]  און אויב נישט דאן וואו איז יושר [יתגדל ויתקדש שמיה רבא ] ?? פארוואס עפעס האב איך געדארפט צאלן פאר עפעס וואס יעדער באקומט בחינם ??

און נישט דאס האט מיך אזוי גערעגט ווי דעם וואס איך בין נאך געלאפן און געצאלט די מעמבערשיפ פי, ממש די ערשטע וואך וואס זיי האבן געבעטן געלט, איך האב נאך 'אריינגעכאפט' צו צאלן בלויז "$25" פאר צוויי יאר, אנשטאט די $35 רעגולערע פרייז  !! ,,,,

איך שריי דא ארויס הויך [איר הערט מיך ? .... ] בקול בוכים, בקול חוצב, בקול דודי, בקול מבשר, בקול קנאקער, בקול כלה :

העי יו ,,,,, גיוו מי בעק מיי מאני !!!






תוקן על ידי - משנה_למלך - 05/04/2006 5:35:56

קרעמער » 5/4/2006 07:55

על שלימואל כבר שמעת?

אגב, דברתי אתמול עם חבר אחד שראיתי על גוגעל-טאלק שלו "נשיא של היום שלומיאל בן צורישד-י", אמרתי לו שראיתי באיזה ספר שאם עושין ברית מילה לתינוק באחד מימי ניסן שקוראין בהן את הנשיא, יקראו את הרך הנימול על שם הנשיא של היום... ומה יעשה אותו הבן שהברית שלו חל ביום החמישי של ניסן, ואביו מתנהג כאותו המנהג וקורא לו שלומיאל???

בטח גם אותו הבן שילם להוויליאמסבורג בולעטין במשך הזמן...............

איך האב געשריבן אין לשון הקודש, ווייל משנה ללמך גלייכט דאס בעסער. אמת?