אלזא, אהובים ידידים, נעמט אייך צוזאם די פעק און זעק, יעדער זאל זיך אנטאן די פאר'חומל'טע היט וואס שימעלט שוין אויפן נאגל אין וואנט זינט מען האט דעם לעצטן מאל קידוש לבנה געמאכט, און דעם רעקל וואס איז שוין ווי צוגעקלעבט צום הענגער, פרובירט ווי שטארק מעגליך נישט איבערצולאזן קיין פערזענליכע חפצים ווייל אלעס מוז גיין......... ארויס פון דאנעט, די קרעטשמע איז גארנישט אנדערש ווי אלע אידישע הייזער וועלכע מוזן ווערן גערייניגט בעפאר דעם הייליגן יום טוב פסח.
די וואס ברענגן שמות זאלן וויסן אז דאס איז אויף זייער אייגענע אחריות, יאנאש איז באפוילן געווארן דאס צו ווארפן אין די מיסט אן פרעגן קיין שאלות.
די קרעטשמע וועט זיך צוריק עפענען אי"ה נאך שבת געלע מצות (שמיני) הבעל"ט, מיר האפן ביז דאן אפצוקויפן אלע ביר און ברוינפן פון יאנאש (אויב ער וועט עס וועלן צוריק פארקויפן..), און ס'וועט זיין ישתו ענוים וישבעו.
האטס מיר און זייטס מיר, א פרייליכן און כשר'ן יום טוב אייך אלע, און בעיקר געדענקט מיין אייגן פאבריצירטע מימרא:
נ.ב. חול המועד וועלן מיר זיין געשלאסן אי"ה.