אין קאנפרענץ רום פון הרב קרעמער, מיט די פערזענליכע
באטייליגונג פונעם דיין, און פענסטער, און אויך דער ראש
הקהל טוט זיך באטייליגן דורך סאטילעיט פארבינדונג.
גרויסע באשלוסן וועלן געפאסט ווערן.
פרטים יבואו.
גיי איך צום קאווע שטובעל מאכען א טיי, הער איך קולי קולות ארויס קומען פון שמש'ס אפיס. איך שפיץ אן א אויער מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם. עס טוט זיך א גע'רעש און א טומעל, האלב קלארע ווערטער קומען ארויס פון יענטאאש מיט די חברים.
וואס זאל איך אייך זאגען, א שרעקליכע איבערלעבעניש. דאס קלאפען מיט די פוסטען אויפ'ן אייזערנעם טיש. איינער האט געפאכעט מיט א שווערד, א צווייטער שרייט מ'זאל רופען די פאליציי. אן אלטער האט געקרעכצעט און איך בין ווי פארגליווערט אינדרויסען מיט די הייסע טיי וואס קיהלט זיך אפ פונעם ווינט וואס הערשט אין קרעטשמע. איך באמערק ניטאמאל ווי דער לימענע פאלט אנידער פון האנט.
בשעת איך שרייב די שורות האט זיך דאס געשריי עטוואס פארמינערט. לאמיר האפען עס וועט קומען צו א שטיקעל לעזעהניש אין די אנגייענדע פראבלעמען וואס שלאגען ווארצלען ביי אונז אין קרעטשמע זינט אפאר מחוצפים ווילען הפקרות און לאזען דעם ראש הקהל ארום פארען אן יענטאאש פלעיט'ס.
אין גאס רעדט מען אז דער דריי מאל ? אפשר מער?! גארנישט וויל נישט ארויסהעלפן אין שטוב ממילא איז ער אין קרעטשמע ביז האלב אויפדערנאכט.
דא האט איר א בילד פונעם מיטינג אראפ גענומען פונעם אויג אינעם קאנפרענס רום, די בילד איז נאר ביים אנפאנג (ווי איר קענט שעהן אז נאטורליך איז נאכנישט דארט) דער עולם פארברענגט נאך געמיטלעך, מען ווארט נאך אויף יאנאש'ן.
די סיבה פארוואס עס איז נישט דא קיין שפעטערדיגן בילד, איז פשוט ווייל מען לעשט אויס די איי'ס ביי א יעדן קהל'ס מיטונג, אפשר וועט איינע פון די באטייליגטע ברענגן א סעלפון פיקטשער.