היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » נאכט פייגעלעך

נאכט פייגעלעך

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1872084

גרויזאמער » 7/4/2006 04:01

איז איינער דא יעצט?

פענסטער » 7/4/2006 04:05

יאך בין דא!

אז דו ווילסט קען איך אהער שאפען מיינע אנדערע ניקס אויך.

גרויזאמער » 7/4/2006 04:07

פענסטער? איך האב דיר דאך נעכטן געענטפערט דערויף.... חוץ דעם דערצייל מיר פארוואס רחמנא דשיזבא די ביסט יעצט אינעם קרעטשמע? ממילא מיך האט מען ארויסגעשיקט בבחינת "גיי קוק צו סרעגנט" זי האט געזאגט איך זאל גיין קער נעמען פונעם קרעטשמע די אויך?

whats_up » 7/4/2006 04:07

איך בין אויך דא.

גרויזאמער » 7/4/2006 04:09

גראדע נעכטן אינמיטן מיטונג האט זיך קרעמער אנגערופן: יעצט וועט מען באהאנדלען פארוואס ביינאכט איז די ביזי'סטע צייטן אין קרעטשמע (ווען נישט די פייטס וואס האט אויסגעבראכן פונקט דאן, וואלט מען געקענט געהעריג רעדן פון דעם, שוין, נישט באשערט געווען)

פענסטער » 7/4/2006 04:15

גרויזאמער;

איך זע אז דו האסטעך נישט דערלערנט, נעכטן האט דיר סאכדעס געזאגט/געשריבען די חילוק צווישען די און דו, און כ'זע אז איינמאל זאגן העלפט נישט.

יאנאש » 7/4/2006 04:19

איים היער טו, דאס דיס קאנט?

גרויזאמער » 7/4/2006 04:19

פאר מיר אדער פאר יענטאש? זאג עס נאכאמאל הויעך!!!! פאר וועם????

גרויזאמער » 7/4/2006 04:20

ברענגטס א קאווע פאר יאנאשן, ער פאלט צאם לעבעדיגערהייט. אוקיי?

פענסטער » 7/4/2006 04:20

איך האב א שוואכע זכרון, אבער איך קען איבערפרעגן דעם דיין.

גרויזאמער » 7/4/2006 04:22

דער דיין איז זייער זייער פארנומען יעצט ער לערנט יעצט פאר אינטן, ביטע שטער אים נישט יעצט סהאט צייט, עסט אים פרעגן שפעטער, אוקיי?

פענסטער » 7/4/2006 04:25

אקעי בעבי, גע'פועל'ט.

גרויזאמער » 7/4/2006 04:31

יעצט ווען יאנאש איז הינטען, האב איך זיך אריינגעכאפט צו זיינע אוצרות אויפן בוידעם איך טרעף הינטער זיין דאכענע א ווידיאו פון די פאריעריגע שניי אין קרעטשמע זאגט מיר וועם איר דערקענט http://video.google.com/videoplay?docid=7923879452686337168&q=ad&pl=true

whats_up » 7/4/2006 04:34

גרויזאמער,

איך האב געוואלט זען די שיינע ווידיאו און דעס קימט מיר ארויף

[בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 7/4/2006 04:35

דו רויבער איינער, וואס אזי דאס זיך אריינכאפן אין מיין שטיבל.

אז עס איז שוין יא אזוי, זאג פארן עולם וואו שווער איך האב היינט געארבעט דארט אויפציקלינען.

האסט דיך שוין יא אריינגעגנבעט גיב כאטש א קאמפלימענט.

nafcha » 7/4/2006 04:39

פאר'ן פותח האשכול;

איך בין אויך דא, אויב מ'קען מיך רעכענען.

גרויזאמער » 7/4/2006 04:45

ווער איז דער וואס האט יעצט אריינגעשריגען? זייטס אים מכבד מיר האבן א שיינע עולם דא, יאנאש זינג אודה!

סאכדעס » 7/4/2006 07:14

כדי אויפצווייזן די ריכטיגקייט פון די ווערטער פון פענסטער נאט אייך פון די ארכיוון וואס איך האב געפונען פון די פרטיכל פון די נעכטיגע אסיפה.
grozamerr: יא

11:32 PM די ביסט דארט געווען?

11:33 PM sachdes: אוקיי

 grozamerr: וועסט מיר זאגן פון וואס איר לאכט וועל איך אויך לאכן

 sachdese: דyentush: און איז סאכדעס און התאחדות, אין איז סאכדעס איז אין קרעטשמע
grozamerr: אה יא11:34 PM 

  יא יא

  אהאאאאאאא

  איך לאך שטיל

  עס פאסט נישט הויעך

 sachdes: איצט איז אזוי די שרייבט מען נאר ווען מ'רעדט פון די זאך, אויב אבער רעדסטו צו אמענטש דאן זאגט מען דו

11:35 PM grozamerr: אהאאאאא
תוקן על ידי - סאכדעס - 07/04/2006 7:15:57

גרויזאמער » 30/5/2006 04:43

עס איז זייער טונקל דא, אבער איך הער אגאנצען צייט קראצן און שטויסן, פון דערווייטנס הער איך ווי צוויי אידן פלאצן אויס אין א שטילע געלעכטער כאילו מיר גייט אן אז זיי לאכן פון מיר. יעצט הער איך ווי איינער עפנט שטיל א קארן-טשיפ (וועא"מ) בעג, דער חכם כאפט נישט אז ווי לענגער ער איז עוסק מיטן פראצעס נערווירט ער מער, ער קען עס געבן איין עפן אויף מיט א ווילדקייט, און פטור א נייסעק. איך קוק זיך אום, אט דאכט זיך מיר אז איך הער אפילו פיס טריט, דער שיכור גייט דוקא אויף די שוואכע פלעצער פון די פאדאלאגע וואו עס עהעעעההצצעהההההעט די מערסטע. דאס אלעס קען זיין בייזע חלומות. זאגט מיר ביטע, איז איינער דא יעצט? אדער זאל איך זיך אויסדרייען און צוריקלויפן אין ווייבער שול שפילן קוגעלעך?

סאכדעס » 30/5/2006 05:37

הארך אויס גרויזאמער, לויף שוין צוריק אין ווייבער שוהל, מיהאלטן דא אינדעדרמיט פון די מעכטיגע מסיבה כלות השנה, סאו פליז קום נישט שטערן, די קאגעלעך האט אונז אפגעקאסט א היבש ביסל געלט און צייט, אבי דו זאלסט זיצן איינגעמאכט, נו שנעל גיי צוריק...

פרעטצעל » 31/5/2006 06:32

וואס עפעס פייגעלעך?

שירעם » 6/7/2006 08:17

העלאו!

איז נאך איינער דא יעצט?

קרעמער » 9/7/2006 08:02

איך בין דא... פון מיין וואקאציע ארט!

משוגענער » 3/8/2006 18:10

וואס, דאס דארף צו זיין אפשר א קאפי ווי דער אשכול "צפורי לילה" פון דעם פורום "בחדרי חדרים"?
עס וועט נישט ארבעטן אזוי ווי דארט פשוט ווייל דער עולם זיצט נישט דא אינעם קרעטשמע אזוי ווי דארט.

עולם_2 » 3/8/2006 22:36

משוגענער
דאס וואס דו זעהסט נישט דעם עולם דא איז ווייל זיי זענען דא www.heimishekretchme.com

צוואנציג » 9/8/2006 05:12

איך בין אויך דא מיטען גאנצען קראפט[בילד – נישט אפגעהיט]