היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וואס טוט זיך אין בעלארוס?

וואס טוט זיך אין בעלארוס?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1875369

גרויזאמער » 9/4/2006 20:10

איך האב שוין די פעדער אין האנט, וויל איך וויסן די באדייט פון דעם שא שטילקייט וואס האט באהערשט די אינטערנאציאנלע מידיא איבערן סיטואציע אין בעלארוס.

איך קען עס ממש נישט פארשטיין.

דא קנאפע צוויי וואכן צוריק, איז די וועלט אויפגעווען מיט די אויפשטענדלער, וועלכע האבן אין די ביטערע רוסישע פרעסטן זיך מוסר נפש געווען אריינצוברענגען דעמאקראטיע אין בעלארוס, די איינציג פארליבענע זכרון פונעם רוסישען בער, טראץ וואס יעדע ריר זייערע איז נאכגעקוקט געווארן דורך די ארטיגע [או]קיי דזי בי.

די גאנצע וועלט האט נאכגעפאלגט מיט נייגעריגע אויגן וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן, און פלוצלינג....


ששששששששששששששש..................

א שטילקייט.......

קיינער רעדט שוין נישט פון זיי.

דאס אליין באדארף אנצינדען א גרויסע חשד פאר אונז אלע, אז מען דערשטיקט זייער קול מיטן גרויזאמ'סטן. די מידיא איז מער נישט ערלויבט צו דעקן זייערע שווארצע און פינסטערע סוף וואס זיי האבן ליידער זוכה געווען.

איך וויל אנפרעגן אונזער חבר יאנאש פון מינסק:

יאנאש, הערזשע, קיינער זעט נישט וואס די טוסט אויף הייד פארק, אין דיין בוידעם קעמערל איז נישט איינגעפלאנצט קיין אויגעלעך, ווייל עס איז אונטערן פילן אויפזוכט פון די הנהלת הקרעטשמע.

געב אונז ביטע איבער די מצב אין בעלארוס...

אוקיי?

התאחדות » 9/4/2006 20:48

נאדיר עפעס וואס איך האב אנגעטראפן, ביין איינע פון די פילצאליגע מאלן וואס יעך בין געוועזען דארט

http://www.belarusguide.com/main/index.html

התאחדות » 9/4/2006 20:53

איך בין מוחה מיט די העכסטע קול וואס איך האב נאר, דער דאיען האט נישט געשריבן די אויבנדערמאנטע תגובה, דאס האט א העקער סאום האו געטוהן, מ'וועט אי"ה צוזאמנעמן די עף בי איי מיט די סי איי עי און מאכן אן ערנסטע קלאגע איבער דעם.
ווער עס האט עפעס אינפארמאציע ביטע מעלדן אין אישית

קרעמער » 9/4/2006 23:10

אונזער קארעספאנדאנט פון בעלארוס וועט היינט נאכט איבערגעבן א ערשטהאנטיגע באריכט פונעם צושטאנד אין בעלארוס נאכדעם וואס לוקאשענקא האט געווינען זיין דריטן טערמין אין די וואלן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן מיט דריי וואכן צוריק

STAY TUNED

גרויזאמער » 10/4/2006 18:34

נו????

קרעמער » 10/4/2006 22:54

גרויזאמער;

[טעל. נומער אוועקגענומען]

דרוק 1
דאן 2

אבער שנעל, ווייל 7 אזייגער בערך טוישט מען שוין די נייעס.