היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » גוגעל טאלק

גוגעל טאלק

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1875442

3x0 » 9/4/2006 20:56

וואזוי האט גלייכט איר די נייע ווערזשאן פון גוגעל טאלק?

איך בין זייער צופרידן דערפון, ווער עס וויל קען מיך צולייגען צו זיין ליסט.

[אימעיל אוועקגענומען]

3x0 » 10/4/2006 19:46

פינף חבירים זענען שוין צוגעקומען.

גרויזאמער » 10/4/2006 19:49

3Xo קום ביטע אריין אין פייטינג עריע, איך האב דיר עפעס צו זאגן.

יאגעלע » 10/4/2006 20:37

איך וויל אויך צוקומען באט איך האב פארגעסן מיין גוגעל עדרעס[בילד – נישט אפגעהיט]

3x0 » 10/4/2006 20:52

גרויזאמער,

איך האב מורא אריין צו גיין דארט.

3x0 » 24/4/2006 21:07

נאך צוויי זענען שוין צוגעקומען.

איז טאקע קיינער נישט צופרידן פון די ניי ווערזשאן?

יאנאש » 24/4/2006 21:11

וואס פאלט דיר ביי, איך בין גראדע זייער צופרידן.

גרויזאמער » 24/4/2006 21:13

י א א א א א נ נ נ נ נ א אא א א א ש ש ש ש ש ש ש שש !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! כאפטס אים!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ה א ל ט ס א י ם א ן ! ! !

יאנאש » 24/4/2006 23:12

גרויזאמער;

נישט דא קריגט מען זיך, דא רעדט מען שיין, פליז לאער יור טאן, אויב קריגן איז און אן אנדער שטיבל ביטע.

וואס איז די פראבלעם? פארוואס דארף מען מיך אנכאפן? איך פלאן במילא נישט צו אנטלויפן פאר א וואך צוויי.

וואס האב איך געטון?

asochgelt » 27/4/2006 00:27

3x0 » 27/4/2006 00:39

עס איז שוין צוגעומען נאך דריי חבירים, צוזאמען איז עס שוין אכט.

איך האב ביזדערווייל זייער הנאה געהאט פון אלע שמועסן וואס איך האב נאר געהאט.

קרעמער » 27/4/2006 01:57

3X0;

איך בין דיר באמת מקנא, אפשר שיקסטו מיר אריבער אפאר פון דיינע קאנטאקט מענטשן?

טאגליכט » 2/5/2006 19:31

גארנישט מיט גארנישט, ס'איז גאנץ אנגענעם צו רעדן מיט דיר, איך ווייס נישט צו דו האסט הנאה פון מיר, איך בין נישט אזוי הומעריסטיש, באט איך האב יא אביסל געשמייכלט.

קרעמער באטשי, האסט א ברירה לייג ארויף דיינס דא וועסטו אויך באקומען

עני וועי [אימעיל אוועקגענומען]

אגב 3X0 איך האב באמערקט אז דו האסט שוין אויסגעלאשן די ליכט, האב איך אוועקגעלייגט מיין משניות, די איצטיגע איז די בילד פון די האטעל רום ווי איך זיץ איצטערט. תוקן על ידי - טאגליכט - 02/05/2006 19:34:08

קרעמער » 2/5/2006 19:56

טאגליכט;

איך האב דיר געשיקט א לאדענונג.

3x0 » 2/5/2006 20:00

טאגליכט,

איך האב אויך הנאה פון די שמועסן מיט דיר, און אפולי די זאגסט אז די ביסט נישט אזוי הומעריסטיש האב איך אויך היבש געשמייכעלט.

jewboy » 3/5/2006 20:01

3X0 און טאגליכט עס איז מיר זייער איינגענעם און געשמאק צו פארברענגען מיט אייך.

3X0 קום וועל איך דיר מזביר זיין ווי אזוי מ'מאכט דאס וואס איך האב געמאכט און עס איז דיר שווער געווען.

מען קוועטשעט די שיפט קוועטשער און גלייך נאכדעם אדער אפי' און די זעלבע צייט קוועטשעט מען אויך די  אות "ף" נאמבער 9 באטן דארט ווי עס איז דא א ), איינס מאכט א סמייל, און די אנדערע מאכט א ברוגז סמייל, ווענט זיך ווי אזוי ס'איז אנגעשטעלט, אויב איז עס אנגעשטעלט אויף יידיש די קיבארד וועט נאמבער 9 מאכן א שמייכל, און די נאמבער 0 א ברוגז סמיילי, און אויב איז עס אנגעשטעלט אויף ענגליש וועט עס זיין פונקט קאפויע.

נו, יעצט לאמיר זעהן אויב קענסטו מאכן אזאנס :) מיט אזאנס :(

תוקן על ידי - jewboy - 03/05/2006 20:08:27

3x0 » 4/5/2006 23:59

נאר איך האב פראבלעמן מיט גוגעל טאלק, אדער אנדערע אויך?

סאכדעס » 5/5/2006 00:37

יאך האב פראבלעמן דער דאיען שליטא ווייס יאך נאך נישט, אבער איך בין חושד אז דאס איז וויבאלד דער שותפות אקאונט פון קהל האט געפענט א גוגל אקאונט אויך, און מיר פסק'ענען? חצר דבי שיתופי, אאמממממממממממ כ'געדענק שוין נישט, ווען איך וועל לייגן א האלד אויפ'ן דאיען על איך איהם פרעגן.

קרעמער » 5/5/2006 01:49

סאכדעס;

האסט שוין געלייגט דעם דאיען אויף האלד? נו, וואס זאגט ער? לא קרירי ולא חמימי?

ברוך השם אז גוגעל-טאלק ארבעט שוין, עס האט ממש דערמאנט די זכרונות פון יענעם פינסטערן בלאק-אוט אין יארע נול דריי.

HomeCenter » 5/5/2006 19:31

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1777206&whichpage=2 מ'האב מיר מיישב געווען, אז אונז זעמיר גרייט צו הערן פארשלאגן, אויב איינער וויל העלפן, קען מען מחדש זיין כימי קדם. מען דארף נישט האבן קיין שום עקספריענס אין וועב דעזיין צו העלפן בעיקר נאר אויף די תוכן. הגם מקען מיר נצען איינער וואס קען XML און CCS דא אוז אונזער גוגל נאמען אויב מען וויל זיך מעלדן אין אימעיל אדער דירעקט שמועסן [אימעיל אוועקגענומען]

3x0 » 27/6/2006 18:54

איך האב נישט וואס צו טון יעצט, ווער וויל שמועסן מיט מיר.

[אימעיל אוועקגענומען]

בענעדיקט17 » 4/7/2006 17:17

שפרעכנדיג מיט דיפלאמאט יעצט אויף גוגעל טאלק, האט ער מיר אנטפלעקט גאר אן אינטערסאנטע זאך וואס מען קען אלץ טאן אויף גוגעל טאלק:

שרייב דארט *אזוי* (א שטערן פאר די ווארט און דערנאך) וועט די ווארט ווערן BOLD

שרייב _אזוי_ וועט עס ווערן שיעף (איטאליק)

אויב איינער ווייסט נאך פרטים זאל ער מוחל זיין מעלדן

שם_אחר » 4/7/2006 19:51

פשיהא ווי אינטערסאנט, מיר האט ער דאס אויך שוין פארציילט, אבער מיר האט ער דאס געזאגט נעכטן, איז דאס עפעס א נפקא מינה?

3x0 » 23/7/2010 18:46

אזוי שטארק האב איך מיר געבעטן דעמאלס מען זאל מיך אינווייטען, און היינט סיין איך ניטאמאל אריין מיט יענע יוזער נעים...

צייטן טוישן זיך...
---------

לאמיר זען וויאזוי די תגובה וועט געשיקטווערן, איך האב שוין לאאאאאאננגג נישט געשריבן דא.
---
פשיהא,
Words:38 Characters:238
---
אוי... ס'האט זיך געטוישט, א פאריקטע פלאץ דעס, ס'האלט זיך אין איין טוישן...

שיק עס

דער_גראדער » 25/7/2010 19:55

איך גלייב נישט אז טאלק איז געגאנגען באנקראט ביי דיר... אויף וועלכן טאלק אקאונט סיינט מען זיך יא אריין?