היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » נו, ווען וועט מען שוין הערן דא א אידיש ווארט?

נו, ווען וועט מען שוין הערן דא א אידיש ווארט?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1889550

mates1 » 21/4/2006 00:59

איך שטיי דא אליין ווי א נאר אויפן מארק.

ס'איז מיר איבערגעבליבן א היפש פעקל
מיט פסח'דיקע עסן ווארג. מילא פון די
8 האנט מצות רש"י זארג איך נישט, עס
וועט מיר צונוץ קומען אלץ ברעטער אויף
סוכות.

אבער א חוץ די מצות, האב איך אויך
א קילא מרור, 32 געקאכטע אייער, 12
כרעמזלעך, א פעסל וויין, און צוויי ארעמעלייט,
וואס האבן זיך א ריינגעכאפט צו מיר ביים
סדר-נאכט ווען כ'האב געזאגט: כל דכפין...

וואס וואלט איר געטון אויף מיין ארט?



משנה_למלך » 21/4/2006 07:09

אז דו האסט טאקע אזויפיל איבערגעבליבן , נו,,,,,,
נעם דיך אויספאקן .......

קרעמער » 21/4/2006 09:09

מאטעס;

א גוטע וואך

מאך זיך נישט אזוי רחמנות'דיק

די מצות און וויין זענען כשר אויך א גאנץ יאר
די 12 כרעמזלעך נוץ פאר י"ב חלות אויף שבת
און די קילא מרור געב פאר די 2 ארימעלייט
(זענען זיי די זעלבע 2 פון די סרט "אושפיזין"?)

והכל על מקומו יבא בשלום...

בןהרחמן » 23/4/2006 23:02

געקאכטע אייער טאקע א פראבלעם, מילא רויע אייער וואלט דער קריגס מיניסטער געקענט נוצען אין די פייטינג עריע, אבער געקאכטע טויג שוין נישט