פון חנוכה ביז פורים האט דער עולם זיך פארענטפערט אז מען ברויך משלים זיין די ארבעט פון חנוכה, מ'שטיינס געזאגט מ'ברויך דאך האבן פון וואנעט צו באצאלן די גרויסע הוצאות פון די פרעזענטס, פורים אליין איז דאך דער עולם שיכור ווי לוט, וויאזוי איז מעגליך צו שרייבן אז די קאפ שטייט נישט גראד?
פאר פסח האט דער עולם גע'טענה'ט און דער דף האט גע'טענה'ט און למעשה איז געווען האלב שטיל, אויסער אפאר קריגערייען אין די פייטינג עריע וואס כ'הייב נאך דערווייל נישט אן צו פארשטיין די אויפטוה דערפון. טייל האבן געקויפט פיצא, אנדערע האבן געוואשן אייער, געמאכט חרוסת געריבן בענקלעך און וואס נישט, אבער וואס איז יעצט די תירוץ?
איך פארשטיי אז איר וועט מיר צוריקזאגן: גרויסע צולייגער איינער, וואו ביסטו געווען? דו ביסט דאך קוים דא? אבער די אמת איז אז איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן, קוים צו ליינען, אבער דאס איז נאר געווען ביז היינט, איך האב צוליב א סיבה יעצט צובאקומען אביסל צייט, און איך וועל עס אויסנוצן טאקע דא אין קרעטשמע און אויף אנדערע פורומים, וואו עס וועט זיך טאן, דארט וועט איר מיר זען.
רבותי, אויב איר ווילט מיר זען דאהי, שרייבט און שרייבט, און איך וועל צוריקשרייבן, איך קען נישט רעדן צו זיך אליין, אפשר קען איך יא, איך האב דאס אבער נאכנישט פרובירט.