אוקיי?
אוקיי?
ככככככככככאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא
מיינע לעפצן זענען נאך האלב פארקלעפט פון די שרעקליכע דראגס וואס די חברה האבן מיר איינגעשפריצט, מיינע פינגער טייפן שוין נישט ווי אמאל ווייל די קיבארד קנעפלעך באגעגענען צום ערשט די לאנגע חרוב'דיגע נעגל וואס כהאב שוין נישט אפגעשניטן זינט יענע ראש חודש. עס קומט מיר אן דאס שרייבן זעהר שווער, אבער זעהר שווער!
נאר וואדען? פון די באקוועמע אמעריקע ביז די פארגעשטינקענע מאנגאליע איז פאלג מיר א גאנג, איך מוז אייך מיטיילן מיט שיינס געזאגט, וויפיל איך וועל קענען, בציקער נמרץ, אן קיין א-רוחות,
עעההההההההה, צינד אן די נאפט לאמפ!
האאאטשווו!!!! צום געזונט.
אויסגעקוקט האט אז אלעס וועט פארן ווי די סי די אינעם סידי בורנער, אבער ליידער ליידער באבותינו הרבים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, עס האט פאסירט עפעס זעלטן!
פון אנהייב האבן מיר אנגעקניפט גאר נאנטע באציאונגען מיט די מאנגאלישע פאליטישע פארשטייער, אזוי ווייט אז דער מאנגאלישע פרעמיער מיניסטער האט מיך אינטערוויוט פאר א האלבע שעה, און האט צוגעזאגט א פולקאמע קאפעראציע מיט די קרעטשמע מיטגלידער (אויף יאנאש האט ער געהאט געוויסע טענות, אבער מיר האבן אים צוגעזאגט אז די רצפה וועט שוין זיין אויפגעקלינט פון היצט און וויטער ווי געוויינליך) [אדער אין ריכטיגן אידיש: געוואוינליך, דהיינו ווי צוגעוואוינט].
נו איז דאך אלעס גוט?
ווען עס איז געקומען די ביטערע מסירה, סארי, בשורה אויף די פטירה פון די רבי פון סאטמאר זצ"ל האבן מיר אינטערגעגארטעלט די לענזן, זיך אנגעשפריצט מיט שפרענג וואסער, איטליכע פאר יעדע קאפצאל, מיט א פייער אמפער האבן מיר מיט איין וויו געשמיסן די אויסגעמאגערטע פערדלעך, און יאלא! ויסעו! ווויווווווווווווווווווו
נו איז דאך גוט?
קומען מיר אן צום גרעניץ וואך-שפיץ, דער מאנגאלישע וועכטער איוואן דער גרויזאמער מאכט א אחת למעלה מיט זיינע ברילן וועלכע זענען געפלויגן ארויף ביזן לעצטען קנייטש פונעם קאמיניסטיש-געשטימטע מצח, צוגעגארטעלט מיט א שווארצע לשון של זהורית ביזן אויער לעפל, די אויגן ברעמען פארגלייזן זיך אויף אראפ און לאזט אפען א פחות מכשיעור כדי צו קענען מיטהאלטן וואס די שווארץ אפעל פארלאנגט, אראפ מיט די נאז שלא כדרך הנאזן. נעמט די פאספארט אינעם האנט, די קאפ ארויף, די אויגן אראפ, די גלעזער ארויף, די נאז אראפ, און ליינט....
מיר שטייען אויף שפילקעס, ער ליינט און ליינט, סגייט דורך פינף מינוט, פופצן מינוט, א האלבע שעה, א שעה! ער ווערט נישט פארטיג. וואלט איך געקענט וואלט עך געטוהן דאס וואס ער העט ווען געוואלט, איך וואלט ארויסגענומען מיינע נערווען און אים דערלאנגט ער זאל דערויף שפאצירן כאדם העושה בשלו און מעך לאזן לויפן.
אבער די נערווען איז דאך נישט קיין מטלטלין, מוז ער דייקא שפאצירן דערויף ווען עס ליגט ביי מיר אנגעצויגן ווי א אויפגעבלאזענע באלאן, און מיר שטייען און ווארטן. דיפלא ווערט מיעד, סאכדעם שפרינגט פון די הויט. און עס ווערט שוין צוויי שעה וואס דער אנגעפראסענע מאנגאלישע גרויזאמער (נישט פארטוישן מיטן אמעריקאנעם גרויזאמער) זיצט מיט א רואיגקייט און ליינט און ליינט ווי עס העט ווען געווען ערב פסח שחל להיות בשבת נאך חצות.
נו איז דאך גוט?
אריבער צוויי אהאלב שעה, און די דריי באלאנען האבן זעך גענומען פלאצן, צום ערשט סאכדעס. "העי סור, ווי וואנע גאו, האו לאנג ווי וויל וועיט???""
"אריין אין טורמע!" געבט ער א שריי אין אידיש אבער אינעם מאנגאלישע אקצענט. און ברגע כמימרא קומען צו שפראצען די עי. טי. אר. עיטש. דאבל יו. זי. טרופן (אזויווי דא די עף. בי. איי.) בינדען די האנט אויף אנידער, און נעמען אים צו די ווייטע סיביר, אדער ווייסעך וואו.
"וואטס גאונג אן העיר" רוף איך זיך אן
העי! אריין אין טורמע!
מיין שיקזאל האט מיטגעטיילט דאס זעלביגע, מען בינד די האנט און מען זרקט מיך אריין אינעם טענדער, און גיי ווייס אוואו מען האט מיך אפגעדראפט, ווייל יעצט אפאר טעג דערנאך טרעף איך זיך דאהי אין אמעריקא אין מיין צימער, אויסגעשפרייט אויפן סאפע.
וואס עס איז געשען מיט דיפלא ווייס עך דאך נישט.
איך ווייס נישט צו די אנדערע צוויי זענען שוין יא דא, ווער ווייס?
איך וויל זיך דא באדאנקן פאר די וואס האבן ארלעדיגט די קאמאנדא אקציע, און מיך אריבערגעפירט דאהי קיין אמעריקא, איך וועל אים עס קיינמאל נישט פארגעסן! אוקיי?
די מאנסע האט זייער אסאך פיטשיווקעס, זאלץ און פעפער, חריף און טחינה, אבער ווי געזאגט ווייס עך נאכנישט קיין איינצלהייטן, און דאס וואס עך ווייס יא בין איך אויך נאכנישט ערלויבט ארויסצוגייבן.
אוקיי?
יא?[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
דיפלא איך וויל דיך איבערבעטן
איך האב חלילה נישט געוואלט אויף דיינע געהירן טרעטן
איך האב נאר דיין טובה געטוהן מיינען
אז די זאלסט קודם דיינע ווערטער איבערליינען
און צופיצן און באשיינען
און נישט נאכדעם דארפן באוויינען
מיט דיין נייע תגובה טוהסטו מיר א מעשה דערמאנען
א עם הארץ אין שול און די פארגאנגענהייט געווען פארהאנען
מיט זיין באסעווע שטימע פלעגט ער זיינע עמעראצעס ווערטער לאזן הערן
אז פון אזוי סאך לאכן פלעגט שוין קומען טרערן
ביז זיינע קינדער האבן ביי אים פויעלן
אז זיין מויל זאל ער אביסל אויעלן
אז ווען מ'מאכט עס אויף זאל עס נישט מאכן קיין גרודער
און אזוי וועט מען מער נישט לאכן פון זיינע גרייזן און לידער
אבער שבת אינדערפריה מ'הערט קולות אדירים
נפשת בחורך כמסו ים לצצו כעורפת בימים ארידים
די געלעכטער דארט איז דאך נישט זיך פארצושטעלן
ווי דער עולם האט פון די ווערטער געטוהן קוועלן
די קינדער זינקען איין פאר בושות
און גייען צו אים פרעגן אין אישית
מ'האט דאך עפעס געטוהן אפשמועסן
אז הויען קען מען נאר ניסען און היסען
דער טאטע גיט א שריי מיט א חיות און נישט פויל
איין פסוק וואס איך קען שוין יא טאר איך אויך נישט זאגן אויפן קול
צוריק צום ענין איך האף אז צו דעם משל פעלט נישט קיין הסברים
..... אז מ'קען נישט גייט מען זיך לערנען ביי רעביס מיט חברים
איך_הער;
איך מוז דיר געבן א קאמפלימענט אויף דיינע פראפעסיאנאלע גראמען, עס איז געוואלדיג!