היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א שאלע צום דיין: ווען דארף מען זאגן גם זו לטובה

א שאלע צום דיין: ווען דארף מען זאגן גם זו לטובה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1905063

jewboy » 3/5/2006 20:17


איך האב נעכטן ריסטארט מיין קאמפיוטער און ביי די גוגל טאלק האט זיך עפעס פארענדערט לרע, ס'האט זיך געגעבן א דריי אויס אלע ווערטער, אלע אותיות און ווערטער קומען מיר אן פארדרייט, למשל "דיפלאמאט" זעה איך אלץ "טאמאלפיד" ביי די נעמען ווער עס איז אונליין זעה איך יא גוט, און אויך אז איך שמועס מיט איינעם און די פענסטערל איז אראפ געלייגט זעה איך אויך גוט וואס ער שרייבט ווען עס טאנצט ארויף די קליינע פענסטערל, אבער ווען איך שמועס געהעריג מיט איינעם זעה איך פארדרייטע יידישע ווערטער, און נאר ענגליש איז גוט ביי מיר.

מיין שאלע איז צו איך דארף זאגן פאר דעם "גם זו לטובה"?

בענעדיקט16 » 3/5/2006 22:14

פרוביר ארויסצושליידערן דעם גוגעל טאלק, און ארייננעמען א צווייטן.

ווייסבעסער » 3/5/2006 22:57

דער דיין האט געזאגט יאך האב נישט אזעלכע גרויסע פלייצעס מתיר צי זיין אבער אנע שם ומלכות קאן מען מקיל זיין אין יא זאגען

יגרסהדותא » 3/5/2006 23:58

ברשות פונעם דיין, נאכן מעיין זיין קומט אויס אז מ'דארף זאגן:
הבוטל וז םג...