היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » אשכול גע'עפענט, צוליב מורא

אשכול גע'עפענט, צוליב מורא

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912659

יאנאש » 10/5/2006 15:34

איך עפן דעם אשכול פשוט ווייל איך האב מורא אז אויב קרעמער וועט זעהן דאס וואס איך זעה, וועט ער טאקע אויפהערן צו שרייבן דא.

וואס הייסט, וואס זעה איך דא?

שטיי איך אויף היינט אינדערפרי, לערן אפ דעם שיעור, דאווען אפ ערליך, און פארן טועם זיין מוז מען דאך א בליק טאן וואס טוט זיך אפ און קרעטשמע, שטאט איך אפ א באזוך דאהי, און וואס זעה איך, פופצן אשכולות גע'עפנט דורך קרעמער אליינס (זעכצן, אויב קען מען אריינרעכענען הוטקע), און איין שאס, פון אנהייב ביז אינמיטן זייטל זעהט מען נאר דאס פאר די אויגן.

האב איך מורה געהאט אז אויב ער וועט דאס זעהן אזוי, וועט אים אנכאפן אזא הרהור חלילה אויפצוהערן שרייבן דא, איז וועגן דעם האב איך גע'עפנט דעם אשכול אריינצומיקסן נאך ניק אינביטווין.

משנה_למלך » 11/5/2006 08:06

חלילה פארוואס טראכסטו אז דורכדעם וועט ער אויפהערן קומען,

איך האב עס דירעקט געטון כדי ער זאל זעהן אז מען רעכנט זיך מיט אים. פיל מאל קען אויסקומען אז קיינער איז ניטש מגיב אויף זיינע  אשכולות וואס ער עפענט, למשל נייעס, סתם אינטערעסאנטס. האב איך געטראכט אז מיט דעם שריט ווען ער וועט זען פילע אשכולות פון קרעמער וועט ער יא וועלן קומען, און דו טראכט פארקערט, ביסטו א מבין.

כשם שאין פארציפייהען כך אין דייאויסייהען.

התאחדות » 11/5/2006 21:28

משנה תיקון טעות,
כשם שאין פארציפייהען כאח אין דאיענסייהען

שםהמשתמש » 11/5/2006 22:03

התאחדות;

תיקון טעות, קעשעם שעאיין פארציתייעם כאך איין דייאותיעם.

3x0;

צופרידן?

3x0 » 11/5/2006 22:09

יא

התאחדות » 12/5/2006 00:39

כאב דאך געוואלט מדגיש זיין דעם דאיען
כאפסט נישט אליין?