היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » שאלה: די שוועריקייט פון קידוש לבנה

שאלה: די שוועריקייט פון קידוש לבנה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912789

jewboy » 10/5/2006 17:17


ווי שווער איז אייך צו זאגן די פסוק כאבן ידמו זרועך בגדל ופחד אימתה עליהם תפל ביי קידוש לבנה?

3x0 » 10/5/2006 17:22

פאר מיר איז עס זייער שווער.

מן הסתם ווייל אויף די פסוק פארדעם איז דא א ניגון, און איך האב עס שוין אסאך מער מאל געזאגט.

איך וואלט ענדערש געזאגט די ערשטע פסוק ניין מאל און נישט דארפן זאגן די צווייטע דריי מאל.

סאכדעס » 10/5/2006 18:26

נאך אזויפל יאר זאגן קען איך דאס שוין זאגן זייער לייכט

גראף » 10/5/2006 18:30

אז מען רעדט שוין פון קידוש לבנה, דערמאן איך זיך א מאנאטליכן עפיזאד וואס איך טוה בייוואוינען יעדן קידוש לבנה.

ביי אונז אין שוהל איז דא א אידל וואס ווען ער קומט אן צו די ווערטער: כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול לנגוע בך וכו', איז ער נישט צופרידן מיט א קליינעם טאנצל אונטער אזוי ווי דער סידור פארלאנגט, נאר ער געט א שפרינג אויף ארויף מלא קומתו, און מיט די האנט פרובירט ער צו גיין נאך העכער (אזוי ווי די סטאטוע פון פרייהייט).

איין מאל (גראדע איז עס געווען חודש אדר) האב איך זיך ערלויבט און אים געפרעגט: ערעב איד, כ'פארשטיי אייך נישט, פארוואס שפרינגט איר אזוי?

דער איד האט מיר אזוי תמימות'דיג אפגעענטפערט: הערט אויס, איך בין זייער מקפיד נישט צו זאגן קיין ליגן, וויל איך צוערשט טאקע אויספרובירן אויב עס איז אמת דאס וואס איך גיי דא זאגן...

איך בין נתפעל געווען פון דעם איד'ס אמת'דיגקייט און תמימות! ער ציטערט אז פון פאריגן מאנאט ביז היינט איז ער שוין אזויפיל געוואקסן אזש ווען ער וועט א שפרינג טאן וועט ער גאר קענען די לבנה אנרירן!

וויאזוי זאגט יענער?

די מעשה וואלט געקענט פאסירן.