היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » עטץ האטס שוין אלע געדאווענט?

עטץ האטס שוין אלע געדאווענט?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1918730

גרויזאמער » 15/5/2006 20:26

איך בין געווען זייער פארנומען היינט מיט די עסקנים און הויכע פענסטערס וועגן די גרינדונג
פונעם חברה שומרים.

יעצט כאפ איך זיך אז כ'האב נאכנישט געדאווענט קיין שחרית.

אפשר קענען מיר דא צאמשטעלן א מיניען. פארוואס פארן ביז מכון לחקר גנזי מנגוליה כאפן א מנין
(דארט דאוון איך יעדן טאג)? ווען מען קען דא דאווענען.

נו! איך האב שוין די טלית אויפן פלייצע...

יגרל? קרעמער? יענטאש? יאנאש? האעווער זאל זיין, יעדער פון ענק האט שוין געדאוונט?

אוקיי?

ברכו נפשי....

פרעטצעל » 15/5/2006 20:56

גרויזאמער,

איך האב נאך אויך נישט געדאווענט, צוליב אן ענין נחוץ וואס כ'האב געברויכט צו ערלעדיגן, כאפ אן די מנין פאר מיר, איך בין דארט ביז דריי מינוט.

ביסטגערכט » 15/5/2006 21:56

ער קוקט ארויס אינמיטן שמונה עשרה,

איך האב נאך אזוינס נישט געזעהן

גרויזאמער » 15/5/2006 23:55

ה' אחד ושמו אחד! עס איז נישט איבערגעליבן קיין פרישטיג? אויוויי, דזשאני!!! אךךךך, איך וועל מוזן עסן די פארגליווערטע גריז וואס מען האט געגעבן פאר לאנטש. דזשאני, לאז איבער דעם טישטיך פאר מיר, איך וועל עס שוין אפפאקן. טיינקיו!

שנאפס » 15/5/2006 23:58

אפפסס, איך בין דשאסט אויפגעשטאנען. נו, הודו לה' קראו בשמו.

משנה_למלך » 16/5/2006 05:04

ווער איז זשאני ?

צי האט יאנאש געמאכט א legal name change ?

mygosh » 16/5/2006 19:19

is the minyan going on today
ididnt daven yet   

big89 » 17/5/2006 18:12

can i stil daven b4 the netz today?

נאטורליך » 17/5/2006 18:39

  יא די קענסט, איך דאווען יעדען טאג בעפאר'ן נץ (פון מארגענדיגען טאג)