Go figure *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
האמת אגיד... איך בין אנטוישט פון דעם בילד!
איך בין געווען זיכער אז רבי שמעון איז געגאנגען א נ נח נחמ נחמן קאפל...
ווייל כידוע האלטן די ברסלב'ער אז רבי שמעון איז געווען א תלמיד מובהק פון ר' נחמן'ען...
און דא זע איך גאר אז ער איז געגאנגען מיט א 'שמע ישראל' קאפל
שרף'ל;
די שמע ישראל קאפל צייגט אז ער איז גאר א קאלוב'ער (פון ארץ ישראל)...
מאן יימר אז דאס איז רבי שמעון בן יוחאי, מיר קוקט דאס אויס ווי רבי פנחס בן יאיר. און קען זיין די אינפארמאציע אינטען איז פשוט א טעות הזעצער.
סארא בושות!
הינטן אין זאל דער עולם טאנצט און האפקעט, יעדער זינגט אויף הויכע טענער, גם זו זינגט אויפן
מייק און פאַצ'ט, מען שפרינגט אין די לופטן.
איך ווארט אויף די געלעגנהייט, מען האלט שוין נענטער ווי ווייטער, אההה! עס קומט דעם פערעגרעף
"איי איש אלקים קדוש הוא אשרי עין ראתהו"
איך געב א שפרינג ארויף אויפן פלאטפארמע, מאך ארויף דעם טייטל פינגער און צייג עס אויף מיר,
מיט משונהדיגע תנועות. דער עולם קוקט און כאפט נישט וואס איך וויל.
משנה למלך רייסט זיך פאר געלעכטער, און דער גאנצער עולם נאך אים. בן הרחמן פליט ארויף און
פלאגט אויס די מוזיק, רופט אויס אויפן מייק "ג ר ו י ז א מ ע ר ! וואס גייט פאר מיט דיר?"
ער געבט מיר איבער דעם מייק, ווי איך זאל דא זיין אין אינטערוויו מיט די מאנגאלישע פרעסע. און
איך רוף אויס "יא! איך האב אים געזען! איך האב געזען ר שמעון בן יוחאי!"
פעדעקס נעמט איבער די מייק, און לאכט אריין דערין מלא לוגמיו, אזש די קריסטעל פון די טשילאר
האבן זיך געווארפן פאר געלעכטער, קולות וברקים!
דער עולם שטייט און ווייסט נישט וויאזוי צו רעאגירן, גרויזאמער רויט ווי פייער פאר כעס, יאנאש
ציט אפ מיט זיין בעזעם, ער ווייסט שוין אז ווען גרויזאמער איז אין כעס איז ער די ערשטע צו כאפן.
"גרויזאמער האסט עס אנגענומען ערנסט?, דו טראכסט אז יענץ איז ר' שמעון?" שרייט פעדעקס נישט
מיט זיין שטימע.
קומט אראפ און האלט מיט די המשך.
כאכאכאכאכאכא
יו גרויזאמער מיין בויך טוט מיר שוין וויי פון לאכן, האסט געברויכט קוקן אין שפיגל זעהן וויאזוי דו זעהסט אויס.
איך ווי א נאר (מיט א פתח) האב אויסגענוצט מיין קארטל צו כאפן א בילד ווי יאנאש לויפט מיטן בעזעם, איך אז אפשר דזובוי האט אפשר יא אריין געכאפט איינס פון דיר.
[בילד – נישט אפגעהיט]
יאך ווייס נישט צו דע אויבנדערמאנטע בילד פון רשב"י צו סיז אמת אדער נישט, אבער דאס איז זיכער א אמת בילד יאנאש מיט די בעזים.
שם פון וואנטע האסטו געשאפן דעם בילד?
גרויזאמער;
הצחקת אותי בגדול.
נאטורליך;
YOU ARE STILL THE BEST
i wrote it in english, because i know that "gruesome" doesn't read english
קרעמער you made me laugh big time