הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » כאפט א פאלאפעל/פאטעטא קניש
כאפט א פאלאפעל/פאטעטא קניש
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1920884
הרב קרעמער:
אפשר ברענגן מיר אהער אזא וועגעלע דא און קרעטשמע?
נישט שלעכט, וואס?
דער עולם וועט זיך מחיה זיין!

ס'איז ממש געוואלדיג!!!
זאג פאר דעם אינגערמאן דארט, אז "ענדזשוי יאר מיעל" זאגט מען אין אידיש "א גוטען אפעטיט". ניין?

גערעכט פרעטצעל;
איך וואלט ווען געזאגט פאר דעם שיכור "א גוטן אפעטיט", אבער דאס איז אן איבערטייטש פונעם ענגלישן HEARTY APPETITE.

קרעמער, פרעטצעל;
אויב מיין זכרון נער'ט מיך נישט, געדענק איך אז ס'איז שוין אמאל דא אויסגעשמועסט געווארן באריכות, אז ווען מ'וויל איבערטייטשן א פראז/פאלקס-ווערטל פון איין שפראך צום צווייטן, קומט עס צומאל אויס נערי'ש/קינדיש (דאפלט לשון?), אין ענגליש רופט זיך דאס...(איך קען מיך נישט דערמאנען, ס'האט א ספיציעלע ווארט)
אגב, ווען זי פרעגט דעם איגערמאן צו ער רעדט אידיש, וואלט ער געדארפט ענטפערן "אידיש קען איך, די פראבלעם איז ענגליש"
אזוי ווי יענער וואס מ'האט געפרעגט,
-וויפיל איז צוויי מיט צוויי?
-פינף
-זאג נאר, דיין טאטע האט דיך נישט געלערנט רעכענען?
-ער האט מיך געוויס יא געלערנט, דו קענסט נאָר נישט מיין פאטער!
[בילד – נישט אפגעהיט]

מפוקל;
דו פארענטפערסט דעם אינגערמאן צו שטארק, איך הייב אן קלערן אז דאס ביסטו גאר...