מען טיילט טשיק פיס מיט אווער נייט קוגל, דער ראש הקהל זיצט אויבן אן, די פיס ארויף זייטיג
אויף זיין צדיקלס היי טשער, און מען שמועסט דורך דברים העומדים ברומו של עולם.
ווער עס קען זאל אריבערקומען.
ברענגט מיט אייערע פריינד.
(איינער קען די תולדות אהרנע השבת נועם הנשמות? דער ראש הקהל וויל מען זאל עס זינגען ער קען
זיך נישט דערמאנען וויאזוי עס גייט)
יענטאאש דערלאנג מיר אהער דארט די הייניקן.
אה שערקויעך
ברוך אתה....
אהההההההה אוי איז דאס ממש מעין עולם הבא, (מ'מעג דאס נאך זאגן?)
פארשטייט איר דאך אליין אז דער גרויסער שלימזל (איך) איז אנגעקומען פונקט נאכן אויסנוצן דעם לעצטן פלאש ביר, ווען אלע איבריגע בעבלעך זענען שוין געליגן צוטרויטן אויף דער ערד, די ליידיגע גאלדען-טעיסט שאכטלעך ליגן צוזייט און צושפרייט אויף אלע פיר זייטן פונעם צימער ווי נאך א האריקעין, א שרעקליך שווערער אומדערטרעגליכער גערוך פון פענסטער הכ"מ'ס ערשטע נאמען דערטראגט זיך איבער אלע נעזער, אז אפילו דער געווענליך טויב-שטומער איוואן האט זיך געמוזט די נאז פארשטאפן, נישט האבנדיג קיין אנדערן אויסוועג איז דער גרויזאמער געצווינגן געווען צו נעמען זיין גרויסע/האמער און אויפברעכן די פענצטער פונעם שטוב, דאס האט צוגעברענגט א דריטע פראבלעם, גרעסערע און קלענערע שטיקער גלאז וואלגערן זיך אויף דער ערד, צווישן די פיס פון די שיכורים געבן זיי אפ זייער בליאסק צום שיין פון די לבנה.
און איך שטיי צווישן אלע שיכורים און פרעג מיטן דיקן פינגער אויף ארויף: למה נגרע? פארוואס האט מען נישט געשפירט פאר וויכטיג מיר איינצומעלדן וועגן די ליל ששי מסיבה????????????????????
יענטאאש;
דו ניגון גייט אזוי (בערך) הא(פתח)שא(פתח)בא(קמץ)ת הא(פתח)שא(פתח)בא(קמץ)ת האא(פתח)שאאאא(פתח)בא(קמץ) נויאם האנשאמוית, (אראפ א טאן) והאשביאיהיהיהיהי עוינעג האאאריחוית, וועעאיידען האאנעפאשוית טיראאא טרייאדאדאדא...