ווער עס האט היינט געדאווענט אין שוהל האט שוין געקענט באמערקן אז עס איז ערב שבועות אויף דער וועלט, אקעי, כ'מיין נישט ממש ערב שבועות, ווען די גערוך פון בלומען דערטראגט זיך צו די נעזער פון אלע אלערזשי ליידענדע, איך מיין בעיקר צו זאגן אז עס איז שוין שלשת ימי הגבלה (פרעג א אינגערמאן וואס דאס מיינט שלשת ימי הקבלה, האט ער שוין עפעס א לאנגס און א ברייטס, אויסגעקנאטן פון דרוש און פלפול צוזאמען, אז מען איז זיך דריי טעג מקבל און אזוי ווייטער, לעמעך דער, קוקט ניטאמאל אריין וויאזוי ס'ספעלט זיך).
ווואס פרעגסטו? איך הער נישט, רעד העכער! אה, וויאזוי ווייסט מען אז יעצט איז שלשת ימי הגבלה? זייער פשוט! האסטו דען נישט געהערט אז משה צדוק'ס סעלפאון האט שוין צוריק באקומען דעם געהעריגן קלינג? די גאנצע ספירה פלעגט עס זינגן אהבה רבה (אויסער ל"ג בעומר האט מען געהערט "לכבוד התנא אלקי רבן שמעון בר יוחאי") ענדליך הערט מען שוין דעדי מיט שוועקי, א שמחה אין אלע עולמות, עס איז שוין בלויז דריי טעג פארבליבן ביז די שווערע לאסט פון האר קומט אראפ פון מיין קאפ!
און - אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אינעם קעפל (יא, איך בין פון די געציילטע וואס שרייבן דעם קעפל פונעם אשקול בעפאר די תגובה אליין... איך קען אסאך וואס ווילאנג זיי ענדיגן נישט די תגובה ווייסן זיי ניטאמאל וואס אין דער וועלט זיי ווילן דא ארויסברענגן... נאר נאכן דרוקן "שלח תגובה" קומט ארויף דער מעסעדזש "העי, האסט נישט געלייגט קיין קעפל" דאן כאפן זיי זיך ביים קאפ (וואס זיי האבן נישט) און לייגן ארויף א קעפל) - איך גלייב פשוט נישט וואס איך זעה!
קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס די קרעטשמע איז אזוי ליידיג יעצט? האט זיך דער עולם ארויפגעשאצט דאס ארבעל ארויסצוהעלפן די בני בית מיטן אויסוועלגערן די טייגלעך פארן קרעפל? ווילסטו מיר זאגן אז דער עולם שלאפט שוין כדי צו זיין אויסגערוהט אויף שבועות ביינאכט? איך טענה דאך פארקערט, מען ברויך זיך שלשת ימי הגבלה אפגעוואוינען פון שלאף, אזוי ארום וועט מען זיין מער צוגעוואוינט אויפצובלייבן ביינאכט און נישט איינדרימלען אויף די האלב אויסגעגאסענע שווארצע קאווע פונעם שכן.
נו, וואו זענט עטץ ???????????????????..