איר מיינט אודאי אז איך רעד פון עפעס א שלימזל וועלכער קען זיך נישט באפארן מיט גארנישט, אז זיין מאמע פלעגט אים שוין פון פריעסטן יוגענט זאגן דעם באקאנטן סלאגאן וואס האט זיך געפאסט אויף אים ווי א קאסטום מעיד סלאגאן "דו ביסט געבוירן מיט צוויי לינקע הענט!"
אבער ניין..................
כאפט א בליק אויף דעם בילד, און קאמענטארן זענען איבריג
[בילד – נישט אפגעהיט]כירורגן אין שאנכיי, כינע, האבן היינט סוקסעספול אדורכגעפירט א דריי שעה'יגע אפעראציע אראפצונעמען דעם איבריגן דריטן ארעם פון דעם צוויי חדשים'דיג קינד, זיי האבן געהאט א דילעמא וועלכע האנט אראפצונעמען, למעשה האבן זיי אראפגענומען דעם פאדערשטן, וואס האט געקענט אויספירן ווייניגער פונקציעס ווי די הונטערשטע.
אויפן בילד קוקט אויס ווי דער הונטערשטער האנט קען נישט געהעריג איינבייגן דעם עלנבויגן
להלכה, אויף וועלכען האנט וואלט ער ווען געדארפט לייגן תפילין ?
לויט קרעמערס באריכט, וואס לויטעט אז די פאדערשטע האנט האט געקענט אויספירן ווייניגער פונקציעס, וואלט יענער - אראפגענומענער - האנט געהייסן די "יד כהה".
... כל המחלה אשר שמתי במצרים וב...[כל העולם כולו] לא אשים עליך...