היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » hey guys, long time no see

hey guys, long time no see

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1944491

גראף » 7/6/2006 22:38

וואס הערט זיך דא צווישן די פיר ווענט פון די קרעטשמע?



תוקן על ידי - גראף - 07/06/2006 22:39:31

דן_25 » 7/6/2006 22:53

גראף,

מ'האט זינט דאן צוגעבויעט נאך צוויי ווענט, די קרעטשמע האט היינט צוטאגס זעקס ווענט.


תוקן על ידי - דן_25 - 07/06/2006 22:55:24

גראף » 7/6/2006 23:22

אויב שוין זעקס ווענט, פארוואס זאל מען דאס נישט מאכן אכט-עקיג, פענטאגאן בלע"ז?

סאכדעס » 7/6/2006 23:27

גראדע איז געווען גרויסע מיטונגען וואס האט זיך פארצויגן אויף שעות אינדערנאכט אריין, מהאמיר געוואלט מאכן א פענטאגאן, אבער לעמאנסע, ווילן מיר נישט ביום מן הימים שיקן א מיסל דערינען, און זאגן אז די גרויזאמע הענט האבן דאס געטוהן מיט א פליגער.
(ווער געדענקט אין וואסערע סיטואציע גרויזאמער איז אריינגעקומען צו אונז)

יאנאש » 7/6/2006 23:41

גראף;

איך גלייב נישט וואס דא גייט פאר, דער אלטער יאנאש ברויך פארעכטן דעם הויכגעשעצטן גראף?

פענטאגאן איז א פינף עקיגער זאך, נישט אכט עקיג.

גראף » 8/6/2006 00:26

יאנאש יאנאש

ביסט זייער גערעכט, איך האב זיך צומישט מיט די OCTAGON זייפל וואס ליגט מיר אויפן סינק די לעצטע שטיק צייט.