אויך אויב מען קען האבן קאנעקשען צו די נעט דורך דעם (זשעי נעט?..)
און די חילוק צווישן עס האבן צוזאמען מיט א סעל אדער עקסטערע.
און וועלכע זענען די בעסטע פון די הונדערטע מינים
| [בילד – נישט אפגעהיט] | *-- _mName *[בילד – נישט אפגעהיט] | ||
| |||
היות עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך שרייב אויף דעם פארום וויל איך מקיים זיין דעם פותחין בכוד אכסניא איי עם עי פעירסט טייעם לאנג טייעם אין איך האב באמת פארגעניגען דא צו פארברענגען. ויישר כוחכם קיעפ איט אפ..
און יעצט צו די שאלה וועגען פאקט פיסי אדער פאלם. איך גיי נישט זאגען וואס צו קויפען נאר א שטיקעל אנאליז..
פאלם
ניצט זייער אייגענע אפערעיטינג סיסטעם
פאקעט פיסי
ניצט ווינדאס אפערעיטינג סיטעם און עס זענען דא אסאך קאמפעניס וואס מאכען פאקעט פיסיס
גרינג צו ניצען
פאלם
איז גרינגער צו ניצען למשל צו עפענען א פראגרעם דריקסטו אויף די סיבאל און עס איז אפען און ווען דו גייסט ארויס דערפון איז עס צוגעמאכט און עס ניצט נישט מער קיין מעמארי.
פאקעט פיסי
דארף מען קודם אויף זיכען ווי די פראגרעם איז און ווען דו גייסט אריוס דערפון בלייבט עס נאך אלץ ארבעטען אין די בעק גראנד אוןביז די פארמאכסט נישט די פראגרעם אין די מעמארי סעקשן ניצט עס אויף פון די מעמארי ספעיס אבער ווען איינער קען זיך שוין גוט אויס אין פאקעט ווינדאס זעט מען אז עס איז אסאך מער פלעקסיבאל און א טיפערער אפערעיטינג סיסטעם פון פאלם.
טאג טעגליכע באנוץ
ביידע האבען ארגענייזערס און אדרעס ביכער און לוחות און אלארעמס צו דערמאנען אפוינטמענטס וכדומה.
פאלם
איז בעסער מיט די אלארעמס וויל עס ארבעט בדרך כלל אייביג
און ווי אויך מיט די טעסק מענידזשער
פאקעט פיסי
איז בעסער מיט די אדרעס בוך ס'האט מער אפציעס
און איינע פון די גרעסטע מעלות פון פאקעט פיסי איז די טאדעי סקרין וואס ווען די צינסט אן די מאשין קומט ארויף דיינע קומענדיגע אפוינטמענטס און דיינע קומענדיגע פליכטען (טעסקס) אימגעליינטע אימעלס און מעסעדזשס.
סטעבילעטי אינעם סיסטעם
פאלם
ווען ס'מאכט זיך אז א פראגרעם קרעשט דארף מען געווענליך מאכען א סאפט ריסעט אבער עס קרעשט ווייניג.
פאקעט פיסי
קרעשט אפטער ווי פאלם אבער מ'קען פארעכטען דעם פראבלעם גרינגער דארוך די מעמארי סיסטעם
(אבער עס איז אלץ גוט צו מאכען יעדע שטיק צייט א סאפט ריסעט פארשטייט זיך מ'זאל קודם אלעס סעווען)
מוזיק און געימס און ווידיא
פאלם
האט שוין היינט צוטאגס גאנץ א גיטען סיסטעם
פאקעט פיסי
איז אביסעל בעסער אין דעם.
אריין לייגען אינפארמעשן דהיינו שרייבען דערויף וכדומה
ביידע די זעלבע גוט
דריטע פארטיי סאפטווער
פאלם
האט ווייניגער פראגרעמס ווען מ'קויפט עס אבער עס איז דא אלץ (בדרך כלל) צו באקומען דארוך א דריטע פארטיי בכלל האט אדערוויל פאלם מער דריטע פארטיי פראגרעמס און געימס ווייל עס איז עלטער און כמעט אלע אלטע פראגרעמס אדער געימס ארבעטן אויף די נייע פאלמס אויך
פאקעט פיסי
קומט יא מיט מער פראגרעמס און די מעלה איז אז עס איז כמעט די זעלבע וואס די ניצט אויף א געהעריגע קאמפיאטער ווי ווארד, עקסעל,וכדומה אבער נישט אלע אלטע דריטע פארטיי סאפטווער און געימס וועלן ארבעטען אויף די נייערע מאשינען
אבער ביי ביידע אז די זכסט א ספעסיפיק זאך קען מען אלץ טרעפען עפעס.
אינטערנעט
און אין דעם גייט אויך אריין צוזאם געשטעלטע דהיינו pda מיט א phone
פאלם
האט נאר דריי אויס וואלען פון צוזאם געשטעלטע די treo 600. 650. 700 p-w
פאקעט פיסי
קען מען טרעפען אסאך מינים
יעצט אזוי צו האבען א pda/phone מיינט עס אז די דארפסט האבען עקסטערע סערוויס דערפאר און זיכער (אדערוויל) נישט אינטער פערציג דאללער א חודש מער
אבער עס זענען דא נאך וועגען ווי אזוי זיך צו קאנעקטען אדער דארוך בלאטוט אדער וויי פיי וכדומה למשל אויב דיין מאשין האט בלאטוט און דיין פאון האט בלאטוט און די האסט א דעטע פלאן אויף דיין פאון קענסטו זיך קאנעקטען דערצו און אזוי גיין אויפן נעט (איך בין נישט זיכער וועגען ווארייזען)
יעצט די אינטערט אליין דערוף איז נישט די בעסטע עס ווענד זיך אויף וועלכע סייט וכדומה.. למשל איך האב א pda/phone איך קען טאקע ליינען הייד פארק אבער איך קען נישט שיקן דערפון קיין תגובות (ס'קען זיין אז פון די היינטיגע ווינדאס מאביל 5 איז בעסער כ'האב נאך נישט געטרייעט)
כ'האב נאר געשריבען אויבען אויף די דיפערנצען צוווישען די צוויי או איך האף אז עס וועט דיר אביסעל מער העלפען אין דיין דעסיזשען אז מ' פארשטייט נישט עפעס קען מען איבער פרעגן .....
משנה;
דיין פרייע דיקשאנערי טייטשט אבער נישט איבער אויף אידיש, אפשר יא?
שכוח משנה, באט איך האב שוין געוויסט, ווייסט פון ווי? פון דא
http://www.yiddishdictionaryonline.com
PAGE 17