היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ביר: געזונט אקעגן יענע מעשה!

ביר: געזונט אקעגן יענע מעשה!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1949810

קרעמער » 13/6/2006 01:39

הערט זיך צו גוט צו זיין אמת, אבער פארשער זאגן אז איינס פון די באשטאנדטיילן פון ביר, איז גאר געזונט אקעגן פראסטאטן קענסער ל"ע.

אבער רבותי, די רפואה איז נאר ווירקזאם - זאגן די פארשער - אויב מען טרונקט כאטשיג א 17 כוסות א טאג...........!!!!

יאנאש; לעבודה!

http://tinyurl.com/kogt5

זארעכפעפער » 13/6/2006 03:06

קרעמער, מאמער שוין אמאל געהאט א שמועס דערוועגן דא אין די קרעטשמע. דענקסט נאך?

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1671537

קרעמער » 13/6/2006 06:59

זארעכ'ל;

ביסט גערעכט, נאך 3,000 תגובות הייב איך שוין אן צו פארגעסן..........

נאך איין מזל אז דו האלטסט נאר ביי דריי הונדערט (מיט דעם ניק) אזוי האבן מיר כאטשיג ווער עס וועט אונז דערמאנען.

אגב, ברויך מען אויך מעורר זיין ר' יאהו אז ער האט שוין אמאל גערעדט פון די סארט נייעס, היתכן ער לייגט דאס איבער נאכאמאל, אבי צעמישן אונזערע מוחות.