לגבי דעם ענין.
דאס ברענגט דער ברכי יוסף אויף דעם נוסח הברייתא פון והלא מי רגלים יפין לה:
ומקרוב נדפס ספר ארחות חיים וראיתי שם דף ס"ז ע"ב (בסדר תפלות מוצאי שבת) שכתב וז"ל, מי רגלים, כמשמען, וי"א מעיין ששמו מי רגלים ומימיו עזין מאד וריחן רע, אבל מי רגלים ממש חלילה שלא עלה על לב אדם לשרות בהן סמני הקטורת,
דאס איז איינע פון די אויסגערופענע אמעראצעס און שטוינענדע שטותים וואס די יידישע וויקיפידיע טראגט אין זיך.
אבי יענער האט געמוזט אריינשיסן אזא שטות ווי גלייך אמאל איז מי רגלים געווען א גוטע זאך. אפשר זאגסטו מיר א גוטע זאך לגבי וואס? אה, דו ווייסט נישט, דאן רעד נישט. קוק נאך און דאן קענסטו שרייבן. נישט שרייב שטותים והבלים איידער דו ווייסט ווייל דו מוזט דאך עפעס שרייבן. דו ווילסט דאך אז מענטשן זאלן דארט ליינען.
עס קוקט אויס ווי דארט שרייבן עטליכע אומפראפעסיאנאלע פארווייטאגטע אידעלעך וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה אין כמעט קיין שום ענין . נישט אין קיין וועלטליכע זאכן, נישט קיין וויסנשאפט און נישט קיין פאליטיק, זיי באשרייבן גארנישט טרוקן ווי עס דארף קומען, נאר מיט אייגענע קינדערישע אויסדרוקן וואס איבלט יעדן.
אויסער אריינמישן וואו נאר מעגליך די סארט זאכן וואס יעדער "בעגינער" האט ליב, איז דארט ממש גארנישט דא צו געפונען.
עס איז איום ונורא ווי מענטשן וואס טרויען זיך צו שרייבן און דארפן כלומר'שט זיין די ליין מאטעריאל פונעם קומענדיגן אינטערנעץ דור, זאלן זיין אזעלכע אומוויסנדע און להכעיס'ניקע מענטשן.