ווען נוצט מען די ווארט 'באבע' בלשון פעולה (צוגעלייגט אותיות צום שורש)?
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » אידישע ווערטער: שאלות
אידישע ווערטער: שאלות
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1955222
בלאט: 1 2
איך וועל דיר געבן אין 'באבענס באבן' אריין, וואס 'באבע'לסטו דא? (די צווייטע ווארט איז מסתמא 'בלאבעל': בלאבעל בלאבעל בלאבעל, אין קורצן: בלא בלא בלא. אבער דאס האט אויך א שייכות מיט די באבעס תחי', על שם וואס די עלטערע פרויען האט זיך ביי זיי דאס שיסל תשעה קבין איבערגעיורען...).
איך האב פרובירט ענטפערן צו דער זאך, דערווייל מיין איך אז עס איז א 'באבישע' תירוץ..
און וואס איז מיט 'באבערן'?
די 'באבע' זאל זיך מיען (וועא"מ) פלעגט שטענדיג פארציילן 'באבע' מעשיות, ביז ווען זי האט אמאל גע'באבע'רט אונעם זיידן'ס לעדל ווי זי האט אנטדעקט א מעשה ביכל פונעם גרויסן 'באבא' סאלי ז"ל, פון וועלכע זי האט זינט דאן אנגעהויבן נאך-צו-'באבע'רן פארשידענע ערציילונגען, אן צו פארשטיין קיין איין ווארט וואס זי זאגט.
ת.נ.צ.ב.ה.
(ת'אטי נ'עמט צ'ו ב'אבי'ס ה'ויזן)
ווען די באבע וואלט געהאט הויזן וואלט זי דאך געקענט צוגיין צום עמוד?
באבעניו
וואס באדייט דאס אריינשמוגלען צוויי ווא"ו'ס אינמיטן א געווענליכע ווארט,
ווי למשל "שרעקעוודיג" , אדער "זעעוודיג" וכדומה.
וואספארא ו' אנשיקעניש איז דאס?
איז דאס סתם פאר די נישטיגקייט אדער ליגט דא באגראבן עפעס א מיסטעריעזען געהיימען ציל

און פארוואס ביי דיין ניק איז דא אזויפיל ליינס צווישן די A און די W פארשטייסטו יא ?
פאר עטליכע מאנאטן צוריק איז ערשינען אין אונזער וועב-בלאג, א לענגערער אפהאנדלונג איבער דעם אפשטאם פון דער אויסדריק "באבא מעשה".
זעהט דא
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1717842
זעהט דא
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1717842
אידישע ווערטער וואס ווערט נישט אפט דערמאנט:
ערווענט, אַבערוואַס, געזאלט
אבערוואז, מען האט דאס קיינמאל געזאלט ערווענען.
די ווארט באבע בלשון פעולה אינעם קומענדיגן זאץ:
די מעשה האסטו געהערט פון איינעם אדער דו האסט עס אליין אויפגע'באבע'לט,
די באבע דערפון איז פון די ווארט באבע מעשיות און נישט פון בלאבעל, און לכאורה קען מען זאגן די זעלבע ביי וואס באבעלסטו אז די שורש איז פון די ווארט באבע.
נ.ב. אויב איינער האט נאך שאלות אדער חקירות בנוגע אידישע ווערטער זאל ער זיך נישט פוילן און מיטטיילען פארן עולם

אויף דיין גאנצע השערה קען איך זאגן בלויז איין ווארט: אבערוואז...
בעני,
די השערה האסטו געהערט פון איינעם אדער דו האסט עס אליין אויפגע'באבע'לט?
וואס טוט זיך מיט " אקארשט " האט זיך איינער שוין אמאל געטראפן מיט אזא ווארט ?
אמאל? איך האב זיך אקורשט געטראפן דערמיט....
פון ווי נעמסטו אז ס'קומט מיט א " ו " ? איך האב דאך דאס אקארשט געשריבן מיט א " א " .
איך הער אז היצט אקארשט האט קרעמער געואלט זיין אביסל העברעאיש געשטימט.
פון וואנעט נעמט איר אז עס לייגט זיך אויס מיט אן אל"ף? 'אקוראט' לייגסטו אויך אויס 'אקאראט'?
אה, 'אנומעלט' זאגט זיך טאקע אנדערש ארויס... קען זיין אז איר זענט אלע גערעכט.
נו, אן אלטער מאן קען דאך אמאל פארגעסן.
אזעלכע ווערטער ווי "געזאלט" און "ערווענט" זעט מען נאך גאנץ אפט. די פאלגנדע ווערטער דוכט זיך אז מ'זעט זיי זעלטן:
עקסטראדע = שלאבעריש = נאווינע.
שאלה: וויאזוי איז די ריכטיגע ווארט: "אנגאזשירט" אדער "אגאנזשירט"?
מיר אכט זיך אז "אנגאזשירט" איז די ריכטיגע
קרעמער
אין אן אנדערן אשכול האסטו געשריבן ווי פאלגענד: "(שיעור נישט געשריבן "....." צו מאכן)".
עס איז כדאי אנצומערקן אז די ריכטיגע ווארט איז "שיער", אן א וא"ו.
"שיעור" מיינט א שיעור, א לעקציע, א שטייגער ווי דו לערנסט פאר אין "שיעור עיון", (פאראינטערעסירטע קענען זען: http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=1903070 )
משא"כ ווען מ'וויל זאגן "איך האב מיך שיער איבערגעדרייט" קומט דאס אן א ו'. תוקן על ידי - ALLLLWAYS - 23/06/2006 2:47:36

קודם כל שיעור מיט א ו' האט נאך א באדייט נישט נאר א לעקציע אין שיעור עיון 'אלו דברים שאין להם שיעור'
נאכדעם וואספארא מין ווארט איז שיער אן ו' און וואספארא שייכות האט דאס מיט דאס וואס מען וויל זאגן שיער נישט, שיער אן א ו'
קוקט מיר אויס ווי שֵיער (האר).
(גערעכט, שיעור האט נאך א מיינוג, נישט דאס זענען מיר דא אויסן זיך צו דערגרונטעווען).
"שיער" איז פאקטיש דער אויסלייג וויאזוי וועסט דאס זען אין אלע [פראפעסיאנאלע] אידישע ביכער, און דאס איז די ריכטיגע ווארט.
איך פארשטיי נישט דאס ואוס דו פרעגסט "וואספארא מין ווארט דאס איז, וואספארא שייכות האט דאס מיט "שיער" . איך מיין אז א
ווארט דארף נישט מאכן קיין סענס, עס דארף נאר זיין די ריכטיגע ווארט, און גענוי דאס איז די שייכות פון "שיער" צו ווען מ'וויל
זאגן "שיער נישט".
דער טעות נעמט זיך מסתמא פשוט ווייל מ'האט גענומען דעם "שיעור" וואס יעדער ווייסט און דאס פארטוישט און אריינגעשטופט
אנשטאט די ריכטיגע ווארט "שיער".
איך בין גראדע א גרויסער ליינער אויף אידיש, און איך קען מיך נישט דערמאנען אז איך זאל אמאל זעהן עס געספעלט "שיער", קען זיין
אז איך האב נאך נישט גענוג געליינט.
ביי די וועי, מיין איך אז די ווארט איז נישט "אנגאזשירט" און נישט "אגאנזשירט" עס איז אן א "נ" בכלל "אגאזשירט".
ביי די וועי, ביי די וועי, "שלאבעריש" ווייס איך (מיין איך)מיינט "אום מסודר", "נאווינע ווייס איך (מיין איך) מיינט משטיינס געזאגט "ביג
דיעל", אבער וואס אין די וועלט מיינט "עקסטראדע".
אז מ'רעדט פון שיער, מיין איך אז ס'איז א טעות צו זאגן " איך בין שיער נישט אראפגעפאלן" ליבערשט וואלט געווען "איך בין שיער
אראפגעפאלן" .
די ריכטיגע ווארט איז "אנגאזשירט", און עס איז אן איבערטייטש פון די ענגלישע ווארט ENGAGED וואס אויסער ווערן חתן-כלה
מיינט דאס אויך ווען איינער ווערט פארמישט אין אן עסק. זעה דא:
http://dictionary.reference.com/browse/ENGAGED
----
בנוגע "שיעור" אדער "שיער", עס איז קיין נפקא מינה, די ווארט שטאמט פון דייטש (אזוי געדענק איך צו האבן אמאל געזען
אינעם "מעלות").
----
גם אני מצטרף לדברי יאנאש, איך האב נאך דעם ווארט "עקסטראדע" ניעמאל געהערט.
יאנאש
אויב האסטו שוין פיל געליינט האסטו שוין מסתמא אויך געזען "שיער", (אדער מעגליך נאר שיער געזען...) נאר ווען מ'ווייסט נישט
פאסט מען נישט אויף און מ'טראכט אז עס איז ארויסגעפאלן דער ו'.
"אנגאזשירט" קומט יא מיט א נ', ווי קרעמער זאגט. "אנגאזשירט".
קרעמער
צו זאגן שיעור מיט א ו' איז יא א טעות, טאקע פאר דעם וואס עס מאכט דאס אויסקוקן ווי עפעס א לשון הקודש'דיגע ווארט בשעת עס איז אויסדרוקליך
נישט, און אויך פשוט ווייל 'עס קומט נישט מיט א ו' '..
עקסטראדע = פלאטפארמע
תוקן על ידי - ALLLLWAYS - 23/06/2006 18:37:54

לעטס מאוו אן!
די ווארט "עקסטאז" וואס איז איר מקור?
וויאזוי טייטשט מען איר איבער אויף ענגליש?
"יענקל איז אריין און אזא עקסטאז אזש אז עס איז געווען ויניעו אמות הסיפים"
איינמאל מ'גייט אריין אין דעם עקסטאז, קען מען זיך פון דעם ארויסזעהן? אדער עס איז כל באיה לא ישובון? תוקן על ידי - mefikel - 23/06/2006 19:36:04

און אז איך האב שוין די מייק אין די האנד,
פארהאן מענטשן וואס זאגען "טאקען" אנשטאט "טאקע"
(סאכדעס, טאקען דיך מיין איך)
און אזוי אויך הערט מען צומאל "אונד" אנשטאט "און"
(ס'העלפט אביסל דעם אין/און סיטואציע)
אזוי זאגט מען עס אויף ענגליש:
ecstasy
קוק אהער
לאמיר געבן אביסל שטאף ,
פילייכט , סיידן ,
'טאקען' הערט מען מער פון ישראלים, אזוי דאכט זיך מיר.
'אונד' איז דויטש.
'פילייכט' = אפשר, מעגליך, MAYBE
'סיידן' = אויסער, חוץ, BESIDES
ס'איז נישט אז איך ווייס נישט די פשט אין דיזע אויסדרוקן , ס'איז נאר צו צולייגן צום קרעטשמע דיקשענערי ,
אלץ איינער וואס קען זיך היבש מיט ישראלים , זע איך נישט פאר וואס דו האסט זיי אנקעבלעט מיט " טאקען " .
אין אן אנדערן אשכול האב איך נישט לאנג צוריק אנגעמערקט אז איך האב געזען אין די "מעלות" אויסגאבע ווי זיי שרייבן "פינקטליך"
און "נאטורליך" מיט א י' , און נישט "פונקטליך" "נאטורליך" מיט א ו'. האט דער עולם געזאגט אז מסתם איז עס געווען א טעות, אבער
אין די חודש האב איך דאס נאכאמאל געזען מיט א י',
דעריבער ברענג איך נאכאמאל אויף די שאלה, פארוואס שרייבן זיי עס מיט א י'.
'פונקליך וואלט דאך נאטורליך געדארפט קומען מיט א ו'...'
'אנקעבלעט'? וואס באדייט דאס?
> אין אן אנדערן פלאץ האב איך געזען ווי מפוקל שרייבט אן אומפאזאנטן עולם וכו', וואס מיינט 'אומפאזאנט'?
אנטשולדיגט אבזערווירער , איך זע אז דו אבזערווירסט גאנץ גוט , איך האב געוואלט שרייבן אנגעקלעבט.
איך הער אמאל מענטשן זאגן: געב אָבּאַכט!
'גיב אכט' ווייס איך וואס עס באדייט, אבער וואס באדייט 'אבאכט'?
אבזערווירער;
גיב אפ אכט. אזויווי "גיב אפ כבוד פאר די רב"
אבזערווירער, דו דערמאנסט מיך פון יענעם וואס האט גע'טענה'עט אז די פאפאלערע ניגון פון קול רנה שטימט נישט וואו מ'זאגט "דער רבי זאל לעבן א מזל טוב"
וויאזוי לעבט מען א מזל טוב?! פאר א גוט יאר!
דו טעמבל איינער!
"דער רבי זאל לעבן, (קאמע, אתנחתא, אידיש?)
א מזל טוב"
קאפי?
וואס מיינט טעמבל? איז דאס א אידישע ווארט?
האט איינער א פשט אויף 'קאצקע' צוקער? איז די ריכטיגע ווארט אפשר 'קאצקאץ' אזוי ווי מיר פלעגן זאגן אלס קינד?
מיר געפעלט בעסער א 'קלעצל' צוקער.
קאצקע, איז א CUBE אן אכט עקיגע קעסטל
איך מיין אז עס איז אונגאריש
טעמבל איז א SLANG ווארט אזוי ווי לאצי
ווען דו ארבעטסט אין א CUBICAL (איך האף אז עס איז גוט אויסגעלייגט) אין דיין אפיס (אידיש?), רופסטו דאס א קאצקע?
טעמבל האב איך דערווייל נאר געהערט אין עברית.
אבזערווירער שרייבט:
'סיידן' = אויסער, חוץ, BESIDES
לפענ"ד איז דאס א טעות. "סיידן" אין ענגליש איז EXCEPT, נישט BESIDES.
דעם ווארט BESIDES אין אידיש איז ליבערשט (=ענדערש) "אויסער דעם".
'סיידן' = אויסער, חוץ, BESIDES
לפענ"ד איז דאס א טעות. "סיידן" אין ענגליש איז EXCEPT, נישט BESIDES.
דעם ווארט BESIDES אין אידיש איז ליבערשט (=ענדערש) "אויסער דעם".
עקטשועלי, ס'מוז נישט זיין CUBIC איך מיין אז SQUARE רןפט מען אויך קאצקע.
מיין באבע פלעגט זאגן אויף א געקעסטעלטע העמד א "קאצקאש העמד"
טאבאק
עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט, ווייל איך האב סתם געמאכט א קאלקולאציע אז 'סיידן' און BESIDES פארמאגן די זעלבע אינהאלט... האב איך געמאכט א 'סייד'ן בע'סייד'ס לגזירה שוה.
היינט זונטאג האב איך טאקען געפונען צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם דאזיגן אשכול, און כאב הנאה געהאט צו זעהן אז איינער טאקען האט זיך באצויגן צו מיר.
עניוועי אין בית המדרש בלא חידוש, כאב נישט געוואוסט אז יאנאש איז איינע פון אונזערע מעדזשער אידישיסטן, כל הכבוד.
איצט אבזערווירער צו דיר רעד איך טאקען, די ישראלים האבן באמת גארנישט מיט טאקען צו טוהן, דאס איז אזא ברייטער אויסדרוק פון די באטשיס ביין כלל ישראל.
און מפוקל, איך נוץ דעם ווארט ווייל איך גלייך זיך אויסצודרוקן מיט אזענע (וואס איז דאס?) מליצות, דאס איז שוין אן אלטער בעי' אז סאכדעס שרייבט אזוי ווי מ'רעדט.
אונד אלוועיס דיין קשיא אויף די מעלות איז זייער שארף, איך האב אויך צו זיי אזענע טאנעס, וואס זאל איך טוהן אז זיי האבן זיך בארעכענט אז אידיש לייגט מען אויס אזוי ווי מ'וויל, הגם נישט אזוי ווי איך וויל נאר אזוי ווי "זיי" ווילן.
געב אבאכט איז נישט קיין ווארט, נאר ענדערש אזוי גיב אכט..
און איצט צום טעמבל, אזוי ווי עמיציר האט שוין ערווענט, אז דאס איז אן איזריילי אויסדרוק, צוליב ווייל סיז דא אזא געוויסע קאפל, וואס זיי רופן טעמבל, און דאס איז זייער שלאבעריש, האבן זיי אנגעקלעבט פאר יעדן שלאבערישן נארישען מענטש דעם ווארט טעמבל, פילייכט איז דאס דער סיבה פון דעם אויסדרוק סיידן אז עמיציר וועט אויפצייגן אנדערש.
קאצקע איז א ווארט פאר פאר געקעסטעלט.
פילייכט וואלט איך נישט אנגלייגט דעם ווארט פילייכט נאר אלץ מעבי, נאר ענדערש טיפער ווי דאס, אזוי ווי מיר נוצן דעם ווארט לכאורה, וואס איז אן אנצייגונג אויף א שטעלונג פון א מענטש, אבער מ'קען דאס פילייכט אויך נוצן אנשטאט מעגליך.

סאכדעס
'אזאנע' איז טאקען נישט קיין ווארט, די ווארט איז 'אזעלכע'.
בנוגע 'טעמבל', קומסטו מיר פאר ווי יענער וואס האט געזאגט אז דערפאר הייסט די גאס ליע עוועניו, ווייל דארט געפונט זיך די ליע עוועניו קלאדינג סטאר וד"ל. לעניית דעתי הייסט די 'טעמבל' קאפעלע על שם דעם נאר וואס טוט דאס אן, אין אמעריקע איז אויך דא א 'קלאון' היטל, וואס נישט צוליב דעם היטל הייסט דער 'קלאון' א CLOWN, נאר דער היטל הייסט על שם דעם טרעגער דערפון.
'לכאורה' שיינט מיר צו זיין אזוי ווי "אויבנאויף". איז איינער מחולק?
איז "ווארשיינליך" א גוטער אפטייטש אויף "פילייכט, לכאורה, אויבנאויף"? אדער מיינט עס "מסתמא"?
איך טראכט אז "לכאורה" איז צוזאמענגעשטעלט פון ל-כ-אורה, ד.ה. צום-אזוי ווי-ליכטיגקייט, דאס מיינט צו זאגן למראית עין (אויבנאויף) קוקט עס אזוי אויס, אבער באמת איז עס נישט אזוי... אדער: איך מיין אז לכאורה קענסטו עס טוהן, אבער איך בין נישט 100% זיכער דערין...

פילייכט האסטו א גוטע שמעק, ווארשיינליך איז פילייכט די זעלביגע אויסדרוק, ווי ווארשיינליך.
ווארשיינליך = מסתמא
סאכדעס, דיין תגובה דערוועגן פארשטיי איך נאך אלץ נישט. דו שרייבסט אז ווארשיינליך איז פילייכט די זעלביגע אויסדרוק ווי ווארשיינליך, נו אודאי אזוי, לויט דיר גראמט איינס מיט איינס.
בלאט: 1 2