איך פיהל זיך יונגער מיט אפאר יארע
טיילט מיט אייער מיינונג
Awfull crazy, plain stupid
נאך אזאך האב איך באמערקט אז ווילאנג קיינער איז נישט מגיב קען איך נישט עפענען די אשכול.
די וואס האבן דזשעי נעט און גייען דורך מסורת האבן נישט דעם פראבלעם.
ס'האט גארנישט מיט דזשעי נעט דארפסט זיי נישט אלץ אדווערטייזן.
גזירה חדשה, מיר דארפן אלע בעטן אז די גזירה זאל בטל ווערן
בין איך טאקע דער איינציגער וואס איז יא צופרידן פונעם נייעם אויסשטעל?
יאך האב דאס אויך געפערליך פיינט (דערווייל).
אבער איין אינטערסאנטער פוינט וואס איך האב באמערקט איז, אויב שרייבסטו א ניק, וועט עס אטאמאטיש ווערן אן יו אר על, אזוי מיין איך, לאמיר טרייען.
יאנאש סאכדעס
אפשר יא אפשר נישט, אויב נישט איז נישט.
נא, טעות לעולם חוזר (טייטש: א טעות מאכט מען אלס איבער)
איך זעה אז איך חלום נאר עס הייבט נישט אן צו ארבעטן, זעהט אויס אז יגר'ל האט געמאכט אן הייפערלינק דארט וואו איך האב עס געזעהן.
וואס איז פשט פון דעם אז מען קען נישט ליינען גארנישט נאר אויב עס האט שוין א תגובה?
איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט"
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296גרויזאמער קוקט רויט ווילד און גרויזאם אויף די נייע אויסשטעלונג.
אט באמערקט ער נאך א מעשיגענע אויפטוה.
קליק אויף די אייקאנס פון דער וואס האט געעפנט די אשכול, וועט עס דער הייד פארק פארשטיין
כאילו דו קליקסט אויף דער וואס האט געשריבן די נעקסטע הודעה.
עך קען נישט מער מסביר זיין געטרינקען צופיל בראנפען היינט, צ'עק עס אליינס אויס.
ברררררררררררררררררררר
אוקיי?
יאנאש זאגט אז איך זאל מער מסביר זיין.
דא אין דעם אשכול דרוקט אויף שנאפס'עס קנעפלעך, דארט הונטער כרטיס אישי, כאילו דו ווילסט אים
שיקן א הודעה אישית. אדער כאילו דו ווילסט זען זיין פראפייל. (נישט עכט, כאילו).
וועט דער הייד פארק דאמי פארשטיין אז דו רעדסט פון SINGER_73
אוקיי יאנאש?
איין זאך ווואס ארויסקומען פון די פראבלעמען אז עס וועט שוין נישט זיין קיין אשכול וואס וועט שטיין א זערו (נול) ביי די תגובות,[בילד – נישט אפגעהיט] ווייל אויב מען וועט וועלן וויסן וואס דער מחבר האשכול האט געשריבן וועט מען עפעס מוזן צושרייבן,
בעני! האק נישט אריין! איך האלט אינמיטן רעדן!
אוקיי?
עס איז שוין די דריטע דיזיין וואס איך האלט מיט דא אויף הייד פארק, איך געדענק ווען מען האט געטוישט פון די ערשטע צו די צווייטע האט עס אויך נישט יעדער געגלייכט, איך מיין אז ביז א וואך צוויי דערנאך האט שוין קיינער נישט געדענקט פון די ערשטע, איך האלט אז די זעלבע וועט זיין יעצט אויך.
10:35 PM
איך זעה אז די פראבלעם וואס גרויזאמער האט אנגעמערקט, עקזיסטירט שוין נישט ב"ה.
עס דאכט זיך מיר אויך אז עס נעמט שוין היינט שנעלער פון די דף זיך צו לאדענען (הדף בטעינה).
אויך איז די זייגער שוין צוריק.
איך האב נאכנישט פרובירט צו זען אויב עס איז נאך אלץ דא א פראבלעם לגבי עפענען אן אשכול אנע תגובות.
אין וואס זאגט יגר'ל צו דעם פראבלעם? יגר'ל ווייסט נישט וואס דא גייט פאר. איין זאך זיכער, ווען איך ווייס נעכטן וואס די "חברה" פלאנען צו טוהן, וואלט איך ווען דאס דערמאנט אינעם אשכול "וואס נישט צו טוהן"...
ממש א ביטול תורה, אנשטאט צו שמועסן "הייסע נייעס" שמועסט מען וויאזוי מען זאל שמועסן, Unblivabel. ...[קרעמער, ביטע פאררעכטן אויב די ווארט Unblivabel איז נישט אויפן גוטן אידיש...]
איך האף נאר אז זיי גייען נישט קער נעמען פון GOOGLE TALK, היל"ת
דאס געשמאקסטע ביי "גוגל" איז, אז ס'איז פשוט. "אין המקום מכבד את הבריות" נאר פארקערט.
אבער לאמיר אפירנעמען די מנהלים פון דעם פורום, און פרעגן א אפענע ווייטיגליכע קשיא, אויב חלילה וחלילה, פאר עני נאוי גאד ריזען, וועלן די מנהלי היידפארק באשליסן איך וויל אפי' נישט טראכטן וואס, מיינט דאס אז מיר אלע, עטליכע 70 אקטיווע מעמבער'ס, חוץ די איבער 650-700 מעמבער'ס וואס ליינען נאר, וועלן אלע בלייבן אן א שטאך ארבעט??
דארף מען נישט אויפשטעלן א "מעסעדזשינג סיסטעם", וואס זאל מעלדן יעדען אויף זיין אי-מעיל אדער טעלעפאן וואס מ'טוט ווייטער?
ס'איז ביטער צו פרעגן, אבער ביטערער אויב מיר וועלן גארנישט טוהן.
מיין איידיע איז, אפצוקויפן הייד-פארק!! מיר האבן שוין געטוהן דערין אבער זיי ווילן מיר זאלן מיטנעמען אלע ניק'ס, אזאך וואס קומט נישט אין באטראכט.
עניוועי, איי ליוו איט פאר די פערפעשענעל. איך דארף לויפן, מיין טשאקלאד צולאזט זיך אין קאר...
יגר'ל;
די גוטע נייעס איז אז מיר ארבעטן טאקע אין די טעג אויף א אלטערנאטיווע וועבזייטל (איינס וואס וועט האפענטליך נישט שטיין אזוי ליידיג ווי "דאס אידישע פאמיליע" וד"ל).
פרטים יבואו ווען די צייט וועט זיין רייף.
והימים ימי ביכורי ענבים.....
hi all the peaple
its now the first time i see the new hydepark
m'ken zich nisht upreden