היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1966605

קרעמער » 27/6/2006 19:17

עס איז נישט קיין ווערטער שפיל אשכול, נאר זייער אן ערנסטע טעמע וואס ברויך אויסגעשמועסט ווערן, יעדער ווערט געבעטן צוצולייגן א פלייצע (קיע-באורד).

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט...

... יעדער געגאנגען שלאפן באלד נאך מעריב.

... יעדער אויפגעשטאנען צו תיקון חצות.

... געלערנט עטליכע שעות אין די פארטאגס שטונדן.

... געליינט קריאת שמע מיטן אנהייב זמן, נישט געכאפט דעם סוף זמן.

... געליינט קריאת שמע און געדאווענט מיט טלית ותפילין נאך פאר סוף זמן קריאת שמע.

... א פרישטאג באשטאנען פון א כביצה ברויט און א טעפל מילך/וואסער.

... לאנטש וואלט נישט עקזיסטירט.

... איך נישט געזיצן יעצט אויף היידפארק.

...................................................

יגרסהדותא » 27/6/2006 19:23

...נישט יעדער ווארט פון דער נושא פון דעם אשכול געהאט צוויי "ווי'ן"

...בענעדיקט נישט פארלוירן זיין סימא

...איך געפירט דעם אשכול ווייטער, מיט אן ערענסטן מהלך

3x0 » 27/6/2006 19:52

...איך מיך נישט גערופען 3x0, נאר מיט מיין געהעריגע נאמען.

mefikel » 27/6/2006 20:15

ווען איז וועלט געווען וועלט, די לעצטע מאל?
 
לויט דעם וועל איך קענען מגיב זיין און דעם אשכול כראוי.

סאכדעס » 27/6/2006 20:16

ווען וועלט וואלט געווען וועלט? אתמהה, וואס איז דאס? וועלט איז וועלט, עולם כמנהגו נוהג.

קרעמער » 27/6/2006 22:20

... די תגובה מהירה נישט אויפגעהערט צו ארבעטן קוים איין וואך נאכן אנהייבן.

... וואלטן נישט עטליכע חברי הפורום כפרה געשלאגן מיט מיין הערליכן געלונגענעם אשכול דורך אריינווארפן עטליכע נישט-צענטיגע תגובות.

... וואלט סאכדעס נישט געשימפט און געשאלטן אין גוגעל טאלק פארוואס איך האב געעפענט א בלאגעלע.

mefikel » 27/6/2006 22:21

סאכי,
איך מיין אז מיר זענען קאזינס (אידיש?), הוא הדבר אשר דברתי!
וויאזוי ווייסטו וויאזוי די וועלט באלאנגט?! פאר גאד סעיק!
 

קרעמער » 27/6/2006 22:22

...וואלט נישט גענומען צוויי שעה צווישן איין תגובה און די אנדערע, די קרעטשמע וואלט נישט גערוהט קיין מינוט! בפרט אזא טאג ווי היינט, עס איז ראש חודש, דער עולם איז פרייליך, אנגעגעסן מיט א סעודת ראש חודש, די וועטער איז שיין (אינעווייניג וואו די עירקאנדישן גייט), מענטשן לאזן זיך ארויס אין קאנטרי, וכו' וכו' וכו'

קרעמער » 27/6/2006 22:25

... וואלט מפוקל איינגעזען אז ער מיט סאכדעס זענען שוין גארנישט קיין 'שוועסטער-קינד'ער ווייל בעת מפוקל טענה'ט אז די וועלט איז קיינמאל קיין וועלט געווען, טענה'ט סאכדעס לעומתו פונקט קאפויער אז די וועלט איז דייקא יא וועלט, אפילו היינט אויך.

יאנאש » 27/6/2006 22:35

....וואלט קרעמער נישט געשאלטן אז תגובה מהירה גייט נישט........ ווען עס גייט מיט א פעסטקייט. 

סאכדעס » 28/6/2006 00:33

אזוי ווי וועלט איז טאקען וועלט רוף איך נישט מפוקל'ן מפוקי.

יאנאש » 28/6/2006 00:34

פון אונטער די קוליסן הער איך איצט אז קרעמער פלאנט אן אקציע קעגן יאנאש'ן.

קרעמער » 28/6/2006 00:39

יאנאש;

די אקציע איז נאר געווען א רומער...

דא האסטו א בילד פון מיין סקרין, זאג מיר אויב ביי דיר איז די תגובה מהירה אויך אזוי פארקריפלט ווי ביי מיר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 28/6/2006 00:42

קרעמער;
 
מיינס קוקט אויס די זעלבע ווי דיינע, די פראבלעם איז נאר אז איך האב נישט קיין מושג וואס איז ראנג, ביי מיר גייט עס און ביי דיר נישט.

מלוה_מלכה » 28/6/2006 02:33

קרעמער;

עפעס איז נישט גלאטיג מיט דיין תגובה מהירה פענסטערל, פארוואס איז עס בלוי ?

מיינס איז געהעריג ווייס. צריך לעיין


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 28/6/2006 02:38

ווי געמאלדן אין אן אנדערן אשכול, ארבעט עס שוין ב"ה.
 
... ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט איך געהאט פיש און וויין ביי די סעודת ראש חודש אינעם היינטיגן אווענט.

בןהרחמן » 28/6/2006 03:39

פיש האבעך נישט געהאט אבער גרעיפ-דזשוס האב איך געטרונקען כמנהג אבותינו

בןהרחמן » 28/6/2006 03:42

....... וואלט קרעמער געפארן אין קאנטרי, און נישט געזיצן אנגעזויערט ביים פענסטער זעהן ווי דער עולם פעקעלט זיך אפ

קרעמער » 28/6/2006 05:50

בעני;

וואס פאלט דיר ביי אז איך פאר נישט היי יאר אין קאנטרי?

קרעמער » 31/5/2007 06:17

שערקויך סאכי פארן צוצייכענען דעם אשכול אין נייעם ווינקל

...וואלטן מיר אפגעטראגן פון היידפארק צוויי יאר פריער און שוין היינט נישט געדענקט דעם וועג צוריק

true_fact » 23/7/2007 06:13

............וואלט בן החמן נישט געדארפט האקן קאפ אין וואנט (טיש)

true_fact » 23/7/2007 06:18

.....וואלט איך געשריבן מיין תגובה מיט 3 חדשים צוריק....