היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » יאנאש ביים דאיען

יאנאש ביים דאיען

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1968925

סאכדעס » 29/6/2006 18:57

הגם אלעס וואס קומט פאר ביים דאיען איז קאנפידענשעל, אבער אזא געשעניש, איז נישט פון די טאג טעגליכע ערשיינונגען.

אלזא ווי באוואוסט קומט פאר ערענסטע קאנפליקטן, צווישן יאנאש און גרויזאמער, סאו גרויזאמער וואו באוואוסט אפילו ער איז נישט ממש וויאזוי הייסט עס, אבער אין ערכאות וויל ער בשום אופן נישט גיין, סאו איז ער געווען ביים דאיען און אראפגעלייגט דעם גאנצן נושא אלומותיו, און ווי פארשטייט זיך אז מ'טאר דאך נישט פסק'ענען ביז מ'הערט די צווייטע צד אויך, שמוע בין אחיכם, וואע"מ, איז האט דער דאיען מיר באויפטראגט אז כ'זאל זעהן אריינצורופן דעם יאנאש, אקיצער דער יאנאש איז אנגעקומען צום פאלאץ פונעם דאיען, און זיי זענען געזיצן אין גארטן און פארברענגט א לאנגע וויילע, ווען דער דאיען איז צוריק געקומען האט ער געהאט א שמייכל אויף די לעפסאן, און ער האט געלאזט פאלן א ווארט, "נו ברוך השם סיז דא אויערן" האב איך פארשטאנען פון דעם אז סוכ"ס וועט מען קענען צוקומען צו א צד השוה צווישן די צוויי ניקים, בעז"ה.

יאנאש » 30/6/2006 00:09

אוי ווען נישט דעם הערליכן גארטן דארטן ווייס איך נישט צו עפעס וואלט בכלל געווארן, ווייל איצט קלער איך שוין איבער, אבער יאנאש''נס א ווארט איז א ווארט, נאר דער גרויזאמער וואלט געמעגט אביסל מער נאכלאזן, אבער אויב ער וועט איינהאלטן זיין חלק וועל איך אויך מיטשטיין.
 
ביי די וועי סאכדעס, מען ברויך נישט קארגן אזוי ציגארעטן, ספעציעל אז עס איז אויף די קהילה''ס חשבון.

סאכדעס » 30/6/2006 23:21

נעכטן איז פארגעקומען א פערזענליכע באגעגעניש, צווישן דעם דאיען און גרויזאמער, און זיי האבן גערעדט דברים העומדים ברומו של עולם, אבער קוקט נישט אויס אז צווישן איהם אין יאנאש זאל מען אמאל צוקומען צו א צד השוה.