בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
אההההההההה................ אהההההההההההההההההה.............
אטעמט אפ דער אלטער קרעטשמער, ברוך השם מ'אטעמען מיר שוין ענדליך אפ, נאך לאנגע טעג וואכן חדשים, -ווער געדענקט דען נישט?- פון איבערבויען די קרעטשמע, זעהט זיך שוין אהן פירות, די טשילארס הענגן שוין מיט'ן פולן פראכט, די הערליכע עלעגאנטע טישן פון ריין מהאגעני האלץ שיינען פון גלאנץ, די טעפיכער שרייען אויס רייכקייט, די טויזענטער ערליי משקאות, ליגן אויסגעלייגט מיט א מייסטערהאפטיגן ארדענונג, אזש מ'ווייסט פשוט נישט ווער סיעט צוגיין צו וועמען דער מענטש צום באטל אדער דער באטל צום מענטש.
דער עולם ווערט געבעטן אריינקומען מיט ריינע שיך, יעדער זאל נעמן די קארטל וואס באלאנגט צו איהם, נישט חס ושלום כאפן אן אנדערנ'ס קארטל, ס'איז דא גענוג, מ'דארף נישט כאפן.
דאס הייסט אין אידיש אזוי:
ווען מען שרייבט זיך איין אין די נייע קרעטשמע ביין טיר, זאל מען נאר נוצן די אייגענע אלטע ניקים וואס מען האט גענוצט אין דעם אלטן קרעטשמע, אדער זאל מען זיך רופן מיט נייע נעמען, און נישט חס ושלום נאכמאכן אלטע ניקים וואס באלאנגט פאר א צווייטען.
הודעה אין די זייט:
ווען מ'וויל באקומען דעם קארטל, עט מען מוזן אנגעבן אן אדרעס וואו מ'וואוינט, אויב וויל מען דוקא נישט וועט זיין גענוג א בליץ אדרעסע, (מה שקורין בלשון לייז אימייל אדרעס) אנדערש ווי ביז היינט, אין אלטן קרעטשמע, האט מען געקענט פארלאנגן, אז קיינער זאל נישט וואוסן די אימייל אדרעסן, אפילו די פארוואלטונג, איז אין די נייע קרעטשמע, קענען די מנהלים יא זען דעם בליץ אדרעס.
נאט אייך די אדרעס פון די נייע קרעטשמע, מיר שטעלן זיך פאר אז די אויגן אייערע, וועלן שווינדלן די ערשטע פאר טאג פון די פראכטיגקייט, אבער גאנץ געך וועט מען זיך צוגעוואוינען.
http://heimishekretchme.com