היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » נאטורליכ'ס טאגבוך און "דער פלאם"

נאטורליכ'ס טאגבוך און "דער פלאם"

8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 11 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1974774

קאמענטאטאר » 5/7/2006 04:10

איז עס דער זעלבער מו"ל ?

שירעם » 5/7/2006 04:54

יא, נאטורליך האט איינמאל געגעבן אנצוהערן אז זיינס אן ארטיקל גייט זיין אין פלאם.

קרעמער » 5/7/2006 05:14

איך האב דעם פלאם נאכנישט געזען, אבער איך הער - פון דיפלאמאט - אז זיי שרייבן אז דער ארטיקל קומט פון ה.פ. נאטורליך! מען דארף זיין א שוטה נישט צו כאפן אז דאס איז די ראשי תיבות פון "היידפארק נאטורליך"!

סאכדעס » 6/7/2006 00:01

אויב איז דאס ריכטיג, וועט דאס ארויסברענגן גרויס פארווארף אויף דער פלאם, כאף נאר אז זיי וועלן נישט מוזן פארענפערן זיך מיט טויזנט און איין תירוצים, זיי האבן שוין א היסטורי' פון זיך פארענפערן, ווער געדענקט נישט ווען זיי האבן געשריבן א ברייטס איבער הרב שטיינמאן, און א חודש שפעטער האבן זיי זיך דריי מאל פארפאטשקעט מיט זייער פארענפערעכץ, נו אויב ליינען זיי יא ה.פ., האף איך אז זיי וועלן אכט געבן וויאזוי זיי וועלן זיך פערענפערן אויב בכלל, ווייל לדעתי, אז מ'מישט נישט קיין שמוץ, ווערט מען נישט שמוציג, שיער פארגעסן, דער דאיען אליינ'ס האלט אויך אזוי.

קאמענטאטאר » 6/7/2006 02:16

זיי שרייבן נישט ה.פ. נאטורליך נאר יענקעל נאטורליך,

קאמענטאטאר » 6/7/2006 03:28

וועלכע צעטל ? איך זאג וואס איך האב געזען אין "פלאם" ,

purim2005 » 31/12/2006 20:55

אוי ווי איך בענק מיך צוריק צו נאטירלעך

יאנאש » 31/12/2006 22:37