היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » NASA TV 24 Hours Live

NASA TV 24 Hours Live

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1975453

קאמענטאטאר » 5/7/2006 18:12

פאר וועם ס'איז אינטערסאנט קען דא מיטהאלטן אין קאנטראל רום 24 שעה

http://www.nasa.gov/multimedia/nasatv/live_tv.html

(סעלעקט ביי More viewing options קליק אויף Windows Media Player און דאן מאך Full Screen

יגרסהדותא » 5/7/2006 23:22

מ'זעהט נאר אן אפיס, ווי קען מען מיטהאלטן ווי ס'האלט די נסיעה. ובכלל איז מען שוין אפגעפלויגן צו מ'גייט "מערצהאשעם" אפפליעהן? אויב יא, וויפיל אזייגער?

קאמענטאטאר » 6/7/2006 00:47

אפגעפלויגן איז מען שוין נעכטן 2:38 PM און מארגען דאנערשטאג 9:52 am וועט זיך עס "דאקן" (קאנעקטן) צום אינטערנאציאנאלען ספעיס צענטער, אויב זיצטו אביסל צוגעשמידט צום סקרין קענסטו פון צייט צו צייט זעהן ווי די שאטעל פליעט אין ספעיס מיט א אפענעם דאך און "אויסגעשטרעקטע ארעמ'ס"

קאמענטאטאר » 6/7/2006 02:13

איך הער אז עס האט דאס מאל נאכאמאל אפגעבראכן פאום אינסולעשאן פונעם עקסטערנעל טאנק (וואס דאס האט גורם געווען קאלאמביע'ס אויפרייס)

יגרסהדותא » 6/7/2006 16:43

ביטע זיי מיר מסביר וואס מיינט "קאנעקטען צו די אינטערנעשענעל ספעיס סענטער"

יעצט איז 9:42 AM, איך ווארט מיט שפאנונג, וואס גייט געשען אין 10 מינוט ארום

פרעטצעל » 6/7/2006 16:48

יגר'ל,

ווארט נישט אזוי מיט שפאנונג, גיי ארבעטן און פערטיג. ס'עט דיר גארנישט פאסירן.

יגרסהדותא » 6/7/2006 16:57

קענסט מיר מסביר זיין וואס ס'גייט דארט פאר די מינוטן

אלעס שטייט אויף די קליינער פינגער פון די פיס, אנגעצויגן מיט שפאנונג

דן_25 » 6/7/2006 17:07

איך קען דיר נישט מסביר זיין (כאילו דו האסט מיך געפרעגט) פשוט, ווייל איך ווייס נישט

יגרסהדותא » 6/7/2006 17:10

הימעל און ערד און נאסא..

אלעס דרייעט זיך, אפילו די פליגער אליין האט זיך 5 מאל ארומגעקוילערט, גיי ווייס וואס דאס מיינט

ווען מ'פרעגט ווען מיר, וואלט איך געפייערט 2 מענטשן פון יענעם אפיס, איך באטראכט זיי שוין די לעצטע שעה, איך קען עדות זאגן אז זיי האבן גארנישט געטוהן.... ...[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]


קאמענטאטאר » 6/7/2006 18:55

שוין, יעצט האב איך א רגע צייט, קודם אנטשולדיגט 9:52 איז געווען סענטראל טיים וואס מיינט דא 10:52 אבער עס איז שוין ממילא דערנאך וואס דו קענסט נאך אריינכאפן איז וויאזוי די אסטראנאטן פינעם שאטעל מיט די מענטשן אינעם ספעיס סענטער גייען זיך צוזאם טרעפן אום 12:48 אונזער צייט, (STS 121 מיט Expedition Crew 13 )

יגרסהדותא » 6/7/2006 20:51

יישר כח פאר'ן אונז געבן די אפדעיטס

די שאלה איז וואס קומט נעקסט, איצט איז 1:48 PM, ווען גייט זיין די נעקסטע Action?


איך וויל זייער שטארק פארן אויף די לבנה, איך זעה מ'זיצט אינעם שאטל, מ'רוקט א פיצא, מ'לאכט מיט חברים, מ'שפאצירט פון איין עק צום צווייטן אזוי ווי מען שווימט, און מ'מאכט א שיינע צענדליגער אלפים פער שעה. פארוואס נישט דארט זיין?

די איינציגע חסרון וועט זיין, כ'העל נישט קענען קוקן הייד-פארק....

קרעמער » 9/7/2006 08:06

קלאפ קלאפ קלאפ
 
ברשות הגבאים וויל איך דא מאכן אן אפיל פאר א ONE WAY TICKET פאר אונזער פריינט יגר'ל אין ספעיס אריין.
 
עס וועט זיין א טישל די גאנצע וואך, דער עולם זאל זיך ווארים אנרופן, עס איז א ריכטיגע חובת השעה, די דיינים האבן מחייב געווען יעדן איינעם מיט כופר נפש מינימום אכצן דאלער.