היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » Image Help

Image Help

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1977871

קאמענטאטאר » 7/7/2006 21:46

איך וויל וויסן וואס איז די בעסטע סייז פיקסל צו סעיוון א Image וואס דארף נישט זיין צו קלאהר ווי למשל צו לייגן אויף א קאמפאני'ס וועבזייט, עס דארף זיין גענוג קלאהר צו זעהן וויאזוי די אייטעם קוקט אויס, אבער פון די אנדערע זייט נישט צו שווער אויפן Hard Drive אדער צו דאונלאודן ?

איך וויל וויסן ווען איך גיי פאטאגראפירן יעצט די אלע אייטעמ'ס מיט מיין דידזשיטעל Camera וויאזוי זאל איך אנשטעלן די Quality און די Pixles וואס הייבט זיך אן פון בערך 1600X1200 ביז 2592X1944 און ווי אויך קען מען אנשטעלן Superfine, fine, normal, ?

אדער אויב מ'קען (און וויאזוי) אויפן קאמפיוטער טוישן די אויבן דערמאנטע

קרעמער » 9/7/2006 08:18

איך שטעל זיך פאר אז דו ברויכסט נישט צוקומען צו מיינע נארישע קאמענטארן דא, איך בין א קנאפער מומחה אין פיקסעלס, איך וועל אבער דאך פרובירן ענטפערן אויפן שפיץ גאפל דאס וואס איך נוץ צו פארקלענערן בילדער.
 
עס רופט זיך POWERTOYS מאך א זוכעניש דערויף, מיט א רעכטן קליק אויפן בילד קען מען דאס RESIZE'ן.
 
איך בעט אז אנדערע גולשים וואס האבן א גרעסערע ידיעה אין די סארט ענינים זאלן משלים זיין (אדער 'אנהייבן'..).