היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » דאנערשטאג ואתחנן - קרעטשמע גייט וויקאציע!

דאנערשטאג ואתחנן - קרעטשמע גייט וויקאציע!

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2811561
בלאט: 1 2

צייטלעך » 22/7/2010 17:17

אידישע וועלט - גארנישט אנדערש ווי מיר טוען אלע אין די זימער וואכן האט אויך היימישע קרעטשמע שע"י איי וועלט דאט קאם אפגעמאכט צו נעמען וויקאציע אין די דאזיגע טעג.

זינט נעכטן - מיטוואך פרשת ואתחנן אויפדערנאכט - האט דער קרעטשמע סארווירער גענומען זיין וויקאציע אויף א אומבאשטימט ארט ווי ער זיצט און קאטשעט זיך פארגעלעכטער ווי מיר פראבירן איינמאל און נאכמאל אריינצוגיין אבער אן ערפאלג.

אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג האט ער אונז ארויסגעווארפן און אויסגעשפארט ביז א אומבאוויסטען טאג.

ב"ה אז אונזער אלטער קרטעשמע איז נאך בחיים חייתו. כ'מייין, מ'קען עס נישט אנריפן "לעבן" ווייל עס לעבט נישט, אבער פארט קען מען נאך דא אריינקומען.

פעך! שטויביג און שמוציג.. אן אלטער פלאץ דא. שוין נישט דא געווען ווייסעכווילאנג. אבער פארט א דאך איבערן קאפ.

חברה. קומט אהער דערווייל פאר א גוט ווארט!

פאטאקי08 » 22/7/2010 18:01

טעסיטינג...

kraitchmer » 22/7/2010 18:16

ווער עס וויל ווערן מאושר צו שרייבן דא אין אונזער צייטווייליגער/אלטער לאקאל זאל ביטע קליקן אויף די ווערטער "מנהל הפורום" ביי די רויטע ווערטער אויבן פונעם בלאט און דאס שיקט דאס צום מנהל וואס וועט אייך מאשר זיין.


תוקן על ידי kraitchmer ב- 22/07/2010 18:26:07

kraitchmer » 22/7/2010 18:30

אנווייזונגען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 22/7/2010 18:56

א מין פאריקט פלאץ דאס, איך שרייב שוין יעצט דאס דריטע מאל, אלץ שפרינגט עס מיר צוריק אין פנים און גייט נישט אדורך.

קרעמער » 22/7/2010 18:57

די פריערדיגע 2 מאל האב איך געדרוקט "ענטער" אינמיטן די תגובה, און די גאנצע פעידזש האט געקראכט... יעצט האב איך פרובירט צו שרייבן אלעס אין איין פאראגראף, און עס איז טאקע אדורך.

קרעמער » 22/7/2010 18:58

בנוגע דעם סארווער קראך, קלער איך אז עס איז לאקאטירט אין אפסטעיט ניו יארק און איז באטראפן געווארן דורך די נעכטיגע האריקעין שטורעמס. מה דעתכם?

משהקאפויער » 22/7/2010 19:06

וואס זאגט ארענדאר?

צייטלעך » 22/7/2010 19:09

א איד זאגט מיר פריער אז זאת נחמתי בעני, זינט קרעטשמע איז געגאנגען וויקאציע וועט מען ווארשיינליך הערן פון אום גאר בקרוב ביי זיין באזוך ביי קרעמער אין באנגעלוי..

נייגעריג1 » 22/7/2010 19:11

יעצט זעמיר אונז איין ווי וויכטיג קרעטשמע איז פאר אונז,
אונז פיל מיר זיך ממש כצאן בלי רועה,
לאממיר צוזאמען מתפלל זיין.

צייטלעך » 22/7/2010 19:16

ארענדער זאגט אז מ'ארבייט זייער שווער אום צוריקצוברענגען. עס קאן זיין א וויירוס, א העקער וכדו'. אלזא לאמיר האפן אז דאס וועט נישט איבערלאזן קיין פערמענאנטע דעמעדזשעס.

עס_עפעס » 22/7/2010 20:11





תוקן על ידי עס_עפעס ב- 22/07/2010 20:13:19

קרעמער » 22/7/2010 20:25

מען קען נאכפאלגן דעם ארענדער יר"ה אויף טוויטער צו באקומען אפדעיטס ווען עס וועט פארראכטן ווערן דער סארווירער. http://twitter.com/arenderr

נייגעריג1 » 22/7/2010 21:49

 איינער האט אן אנונג אין וועלכע קרעמל דער עולם געפינט זיך יעצט?
איך לעכץ נאך א אידישען צורה!!!!


תוקן על ידי נייגעריג1 ב- 22/07/2010 22:35:02

גימעל » 22/7/2010 22:59

דא זעמיר!

גימעל » 22/7/2010 23:03

אינטערעסאנט אנצומערקן וואס דער היימישער קרעטשמע איז פאר מיר.

איין טאג איז עס דאון, און איך האב מיר גע'עפענט א אקאונט אויף דעם צופראסקעטער הייד פארק, א יוזער אויף טוויטער, אויף באזז בין איך שוין אויך אויפגעסיינט, און נאך אלס טוט עס ווייט נישט ריפלעיסן די ארגינעלע אייוועלט!


kraitchmer » 22/7/2010 23:22

מעסעדזש פון ארענדער:

ב"ה

די סערווער האט נעכטן נאכט געכאפט א שטארקן קלאפ, און איז אינטער געגאנגען, מיר ארבעטן עס צוריק ארויפצוברענגען און צוריק צוברענגען אלעס וואס איז געווען דערויף

מיר האפן אז עס וועט נישט לאנג געדויערן אבער עס קען נאך נעמען א שטיק צייט ביז אלעס איז מסודר.

מיט אנטשולדיגונג

געזינט » 23/7/2010 00:00

אבער עד מתי, מיר דארפן א טרינק אינעם קרעטשמע

וויכי » 23/7/2010 00:21

אוי חברה, זייטס מהרהר בתשובה, די מצב קוקט נישט אויס גוט, רייסט איין!!!!

מ'קען פאלאוען arenderr אויף טוויטער פאר דיטעילס.

א_טענצל » 23/7/2010 00:29

פאר דעם אליין דארף מיר צוריק גיין, דיר צו האבן אלץ וויכטיג מאכער, נישט סתם מיט א נאכגעמאכטע ניק

מאשקעלע » 23/7/2010 00:37

רבש"ע, הוואו בין איך דא? איז דאס הוועבסייט? איז דאס הנארמאלע זאך? ווער האט הגוטע ארטיקל צו בארואיגן הנערוון?

מאשקעלע » 23/7/2010 00:44

ווער ס'וועט שרייבן פאליטיק, קען זיך גיין קיין .......

אופס, יעדער איז עניוועי דא...

וויכי » 23/7/2010 01:02

וואס זאלעך טוהן אז היידפארק לאזט נישט אזא לאנגע ניק?

מאשקעלע, שלום עליכם, איך זעה אז דו ביסט דא פול פארס.

צייטליך, אפשר לייגסטו איבער דיין קאנטרי טאג בוך דא?

געזינט » 23/7/2010 01:08

אהאא וויכי איז דא זעמען אינץ געסעטעלט

א_טענצל » 23/7/2010 01:29

דא קען מען הערן די פריוויא פין דוד גבי'ס טעיפ, ארץ ישראל
http://jewishmusicreport.com/wp-content/uploads/2010/07/Dovid-Gabay_Eretz-Yisroel_01-1.mp3

וויכי נעם איבער.

פיפאש » 23/7/2010 02:01

ווי איז פארדינט הייב אן ארויפצוברענגען אלטע אשכולות

וויכי » 23/7/2010 02:02

וויכי נעמט נישט איבער, היידפארק סאקט! און דא אויף בלעקבערי קענעך ניטאמעל זעהן ווער ס'שרייבט וואס, אבער דער וואס פרייצעך אז וויכי איז שוין דא, ווילעך אז זאלסט וויסן אז ווען איך בין שוין דא, איז גרויסע צרות...

מ_קארנפעלד » 23/7/2010 02:39

די אינגעלייט אין די פארשטיפטע דערפער אין די קאנטרי וועלכע האבן געליטן פון קורצשלוסן האבן אונז נישט פארגינען און אינטער געהאקט די פיסלעך, נא נא צייטליך!

סאכדעס » 23/7/2010 02:59

צייטל(י)עך, WOW כאבעך הנאה, האסט גענעמען די זאך אין די האנט ווי עס באדארף צו זיין.. עלה והצלח.

משהקאפויער » 23/7/2010 03:16

צרות ווי א בארג, עס גייט פעלן א חודש תגובות... א בראך!!!

קרעמער » 23/7/2010 03:33

דאס מיינט אז די טאגבוך איז א פארגאנגענהייט... און דאס מיינט אז עס האט צוטאן מיט א גוט-אויג אויף די מתנות... (ס'גייט דיר גוט, גראדער, הא?)

וואלןסח » 23/7/2010 04:11

 

יישר כח קרעמער פארן מיך אריינלאזן דא,

 

קוקט מיר נישט אן מיט אזעלכע ברויזיגע בליקן ווער ס'קען מיך פון ערגעץ אנדערש,

 

ווייל אין אידישע וועלט

איז יעדער פארשטעלט

יעדער צום צווייטן שמייכעלט

אפילו מען קומט נישט פון איין געצעלט

יעדעם'ס תגובה געפעלט

אן קריגעריי פאר קיין שום געלט

 

(אז כ'על האבן צייט וועל איך נאך מאכן א ארטיקל פאר דעם אויך)

 

איך בין דא א גאסט אין דעם קרעמל, אבער נישט צווישן אייך חברים, ווייזט מיר אן ווי די ברוינפן איז, לאמיר כאפן א שנאפסל

 

נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם

 

צום_זאח » 23/7/2010 05:03

זיי זאגן אז אין אינדיע ארבעט עס יא. גאו פראוו איט..

scy4851 » 23/7/2010 05:51

הצלה פורטא

slox » 23/7/2010 06:09

אין מיטן טאג האט די סייט זיך יא אויף גיעפענט יעצט דאס אויך נישט.
http://www.yvelt.com/forum/index.php


אגב פארשטייען מיר ניקס פאר וואס מען מאכט נישט קיין בעק אף לכה"פ איין מאל א וואך.

וויכי » 23/7/2010 08:47

ראשית Yvelt איז נאר א סייט צו טעסטן, און ס'איז נישט געמאכט געווארן פארן עולם צו שרייבן דארט, אדער סתם ארויפצוגיין. בנוגע בעק-אפ, קיינער איז נישט אויף קיין געהאלט, און מ'קעניש פארלאנגען גאניש, ס'גראדע יא דא א בעק-אפ איין מאל אין בערך צוויי וואכן, און מ'האט טאקע די סחורה ביז פאר 3 וואכן צוריק אין א בעק-אפ פייל. ארענדאר ארבייט יעצט מיט א גרויסן טעקנישן וואס ספעציעלירט זיך אין דאטא ריקאווערי צוריקצוברענגען די קרעשטמע אפ טו דעיט... און א בקשה על העתיד, ווען איינער זעהט אז די סערווער שלאפט, זאל מען גראד איבערגעבן פאר די הנהלה, אדער פאר ארענדאר, ווי פריער מ'כאפט דעם פראבלעם, אלץ גרינגער איזעס צו סאלוו'ן, נעכטן האט געדויערט איבער 3 שעה פון ווען ס'איז געגאנגן פייפן, ביז ארענדאר איז געוואור געווארן דערפון. מ'האפט אז בקרוב וועט עס שוין ארבייטן, און מ'וועט צוריקהאבן אלעס וואס מ'האט געשריבן ביז נעכטן. הצלחה.

א_טענצל » 23/7/2010 09:22

אוי וויכי וויכי, ניחמתני, האסט מיר מיר ממש געטרייסט, לאמיר האפן אויף א רפואה שלימה.

דער_גראדער » 25/7/2010 19:49

קרעמער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס מיינט אז די טאגבוך איז א פארגאנגענהייט... און דאס מיינט אז עס האט צוטאן מיט א גוט-אויג אויף די מתנות... (ס'גייט דיר גוט, גראדער, הא?)


שששש.... דערצייל נישט פאר קיינעם, באלד וועט מען מיר נאך חושד זיין אויף די גאנצע מעשה דא....

משנהמקום » 25/7/2010 20:23

קרעמער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מען קען נאכפאלגן דעם ארענדער יר"ה אויף טוויטער צו באקומען אפדעיטס ווען עס וועט פארראכטן ווערן דער סארווירער. http://twitter.com/arenderr

if someone can please write here all updates for j-net users


תוקן על ידי משנהמקום ב- 25/07/2010 20:24:31

נייגעריג1 » 25/7/2010 20:40

מ'קען אויך נאכפאלאוען פין די פאון אלץ א פשוטע טעקסט


Disk DATA recovery takes time, working on a short term plan, will update soon.
about 11 hours ago


Worst case, we can lose about a month worth of data, Posts, users, Etc. not more then that.
5:02 PM Jul 22nd


Well, it does not look good now, some date is lost, we are trying to recover it. let's pray to god.
5:01 PM Jul 22nd


So far we were able to bring the server online, now the main problem begins restore all data to it, let's hope will be successful, and soon.
12:35 PM Jul 22nd


iVelt servers went down, we are working to resolve it asap. it can take some time, please check again soon for any updates. sorry.
9:33 AM Jul 22nd

דורך די פאקט- איבערזעצונג אין אידיש פון טוויטער
@אַרענדערר

אין ערגסטען פאַל, קענען מיר פאַרלירן אַ חודש ווערט פון דעטע, אַרטיקלען, נייע נוצערס, א.א.וו. נישט מער ווי דאס.
14 שעה צוריק דורך די וועב

עס קוקט נישט גוט אויס איצט, א חלק דעטע איז פאַרפאַלן, מיר פרובירן עס צוריק צו קריגן לאָמיר מתפלל זיין ...
14 שעה צוריק דורך די וועב

מיר האבן שוין מצליח געווען צוריק צו ברענגען דעם סערווער אָנליין, איצט איז דער הויפּט פּראָבלעם צוריק אומצוקערן די דעטע, לאָמיר האָפן אז עס וועט געלונגען, און שנעל.
19 שעה צוריק דורך די וועב

אייוועלט סערווערס זענען אַראָפּ, מיר ארבעטן עס צוריק צו ברענגען ווי שנעלער
עס קענען נעמען א וויילע, ביטע טשעקן דא שפעטער באַלד פֿאַר אפדעיטס מיט אנטשולדיגונג.
22 שעה צוריק דורך די וועב

 

משנהמקום » 25/7/2010 20:56

יישר כח
can i get updates on email?

געלעגער » 25/7/2010 21:04

יישכ צייטליך פארן אונז געבן צו לעזן. דאס פלאץ דא איז עפעס ניטש נארמאל פארריקט!

shmate1 » 25/7/2010 21:30

ה��אג�� ׁ�� ׀�� ׃׀׀׀׀ !!! י�׳ חטג״י�גט!!!!

shmate1 » 25/7/2010 21:39

׀�ײ ׃׀ ׀��אגט ױױ׀ב חג� ���אג� ���� הט�גט׃�ׂג ךׂױׁװ ??? ױױ��� ׀�� א�י״.... ׀�� ײגװ י״גטא'ב ��״ ׁ׀חב'ב

מאשקעלע » 25/7/2010 23:48

יעצט דארף מען בעטן גוגעל צי ער קען טרענלעיטאן פון הייד-פארק'יש צו קרעטשמעריש...

shmate1 » 26/7/2010 02:09

סנישט נארמאל...... איך קען נאר שרייבן יודיש דורך אפערע מיני

cano » 27/7/2010 00:43

חברה די ריקאווערי טיעם ארבעט אין אווערדרייוו, מען זוכט אינטערען וואסער אין וואו נישט,
מען האפט אבצובאקומען אלעס אלעס אי"ה. (עכ"פ איך האף אזוי)


[בילד – נישט אפגעהיט]

צייטלעך » 27/7/2010 17:10

נאדער א אפדעיט די נאכט פון ארענדער.

@ all asking how soon. Short term solution is almost ready just testing it tweaking it now, hopefully sometime tomorrow.

עס איז צום האפן אז עפעס וועט זיך שוין מעגליך היינט מאכן. 

מ_קארנפעלד » 27/7/2010 21:31

די ישועה זעט זיך שוין אויפן האריזאנט מען קען שוין זעען דעם סייט, דערווייל וואס מען זעט פעלט א חודש תגובות.

סטם_אזוי » 27/7/2010 21:50

טעסטינג...
א דאנק פארן מיר אננעמען.
העי. וויאזוי שיק איך?
אה.. דארט ביים ווינקל זעה איך א באטטן שלח.
בלאט: 1 2