יעקב כהן - לוח הציבר
רעפובליקאנער פארשפרעכן צו בלאקירן רעגירונג ביזן באשטעטיגונג פון שטייער שניטן
וואשינגטאן. - די פירער פון די רעפובליקאנער פארטיי אין קאנגרעס און אין סענאט האבן נעכטן פארשפראכן און צוגעזאגט אז זיי וועלן בלאקירן דעם סענאט און קאנגרעס און נישט לאזן דורכפירן קיין שום ביל, ביז ווי לאנג די דעמאקראטן וועלן זיך ברעכן און מסכים זיין צו פארלענגערן די שטייער שניטן וועלכע פרעזידענט בוש האט איינגעשטעלט.
מיט די 42 רעפובליקאנער סענאטארן וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם צוזאג, קענען אמעריקאנער בירגער פארגעסן פון חלומען איבער א אומפארטייאישע וואשינגטאן וועלכע האט בלויז אינזין די באדערפענישן פון אמעריקאנער פארפלאגטע בירגער.
דער רעפובליקאנער צוזאג איז נאר פאר די לעצטע פאר פארבליבענע טעג פונעם 2010 יאר און אין 2011, וועלכע הייבט זיך אן געציילטע וואכן ארום, וועלן די רעפובליקאנער סיי ווי קאנטראלירן קאנגרעס און די דעמאקראטן וועלן סיי ווי שוין מער נישט האבן די מאכט.
דאס איז אבער פארט שלעכטע נייעס פאר די דעמאקראטן, וועלכע האבן נאך פלאנירט דורכצופירן עטליכע וויכטיגע בילס אין די קומענדיגע פאר טעג.
***
אבאמא אדמיניסטראציע: מער קיין אויל גראבונג ביים איסט קאוסט
וואשינגטאן. - די אבאמא אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן אז זי וועט מער נישט ערלויבן קיין שום גראבונגען ביי די וואסערן נעבן די אמעריקאנער סטעיטס לואיזיאנא, פלארידע און אזוי ווייטער, אלע סטעיטס
געפינען זיך ביים איסט קאוסט.דאס איז א טויש פון די אדמיניסטראציע'ס ביז יעצטיגע פלענער, ווען זי האט געזאגט מיט עטליכע מאנאטן צוריק אז זי וועט יא ערלויבן פרישע גראבונג שטודיעס דורכגעפירט צו ווערן צו זעהן צי מען קען גראבן מער זיכערערהייט ביי די אמעריקאנער בארטענעס.
די גאנצע סומאטוכע איבער פרישע גראבונגען איז א דירעקטע רעזולטאט פונעם מאסיוון בי פי אויל אויסגוס, וועלכע האט אפעקטירט עקאנאמיש און ענווייראמענטאל די אלע אמעריקאנער סטעיטס ביי די בארטענעס פונעם איסט קאוסט.
***
צוויי מיליאן ארבעטסלאזע אמעריקאנער פארלירן בענעפיטן אין די קומענדיגע טעג
וואשינגטאן. - ארום צוויי מיליאן אמעריקאנער בירגער וועלן אין די קומענדיגע פאר טעג אויפהערן צו באקומען זייער
מאנאנטליכע ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן, און דער פראגראם וועלכע פילע געבן קרעדיט דערפאר אז עס האט אנגעהאלטן זייער פינאנציעלע מצב און האט זיי געגעבן מוט צו ארויסגיין זוכן א דזשאב, וועט גיין שלאפן.
דאס קומט צוליב וואס די קאנגרעסלייט און סענאטארן אין וואשינגטאן האבן פארפעלט צו דורכפירן א פארלענגערונג פאר די בענעפיטן, וויבאלד די רעפובליקאנער האבן געזאגט אז זיי וועלן דאס נאר שטיצן אויב וועט עס נישט צולייגן הוצאות צום געשוואלענעם פעדעראלן בודזשעט דעפיציט.
***
תימן ווארפט אפ וויקי ליעקס אויפדעקונגען די תימנער רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז די זאכן וואס עס שטייט איבער איר אין די וויקי ליעקס דאקומענטן, זענען גאר ווייט פון רעאליטעט, און עס איז בכלל נישט אמת אז זי האט ליגנט געזאגט איבער די מיסיל אטאקעס אויף על קאידא ציהלן אין תימן.
אין די וויקי ליעקס דאקומענטן וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן אנהייב וואך, איז אנטדעקט געווארן אז די תימנער רעגירונג האט כסדר געזאגט פאר אירע בירגער אז זי פירט אליינס דורך די מיסיל אטאקעס אויף על קאידא, ווען אין רעאליטעט האט דאס די אמעריקאנער סי איי עי דורכגעפירט.
**
די סטאקס האבן נעכטן געהאט גאר א גוטן טאג, און דער דאו דזשאונס האט זיך שטארק געהויבן, נאכדעם וואס די אויטא אינדוסטריע האט געמאלדן גוטע פארדינסטן און די קאנסומער סעילס ציפערן זענען געשטיגן.
**
איראן האט געזאגט אז זי וועט אנהייבן צושטעלן זיכערהייטס וועכטער פאר אירע סייענטיסטן, נאכדעם וואס איין סייענטיסט איז אומגעקומען אין א פלוצימע אטאקע און איין סייענטיסט איז פארוואונדעט געווארן.
איראן באשולדיגט אמעריקע און מדינת ישראל אין די אטאקעס.
***