היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » איך בין עס דורכגעפארן! א קידוש השם וועא"מ

איך בין עס דורכגעפארן! א קידוש השם וועא"מ

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2812086

יגרסהדותא » 23/7/2010 18:21

וואס זאל איך זאגן? איך קום יעצט פונעם סערווער, טריאוי ליגט אינטער די סערעווער מיט א LED  פלעשלייט, ארענדער האט אינמיטן טוישן די פיול פילטער, וויכי איז אויך נישט אוועקצומאכן, ער קומט אגאנצן צייט ארויס טשעקן צו זיינע בליטשקעלעך ארבעטן נאך.. נאכדעם וואס דער מעין-סעווער איז דאך געגאנגן שלאפן קען מען שוין גארנישט טראסטן...

 

די אפעקט אליין וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונז אלע איז נישט צום באשרייבן, דאס אז יענטאאש האט זיך אויפגעוועקט דאס אליין איז א סימן אז מיר זענען נישט אין "אידישע וועלט" , לאמיר אבער זיך באציען צו

די סייט אפעקט'ס

 

א. פון "וועד מורא מקדש" האט מען איבערגעגעבן אז די טעיפ וואס האט ממש יעצט געדארפט ארויסקומען איז געווארן אפגעשטיפט אויף אן אומבאשטימטן זמן

 

ב. משפחת משה גאלדמאן ז"ל האט איבערגעגעבן מער פאסיטיוו, אז טאקע אויף חמשה עשר באב נישט אבער אויף אדר שוין יא! ס'ווענד זיך צו די סערווער וועט שוין דעמאלטס יא ארבעטן [הערת הצוזעצטער בחור: איך וויל אפי' נישט טראכטן...].

 

ג. דער פארפאסער פון די הערליך אויפגעכאפטע טעיפ וואס געפינט זיך היינט אויף יעדע אידישע [טויטע]סערווער "בדידי חלק ב'" האט אויך געהאט עפעס צו זאגן, נאר אזוי ווי די קרעטשמע איז טויט קען איך נישט טשעקן וואס ער האט געוואלט זינגן/זאגן/טון וכו'

 

דער גורם

 

וואס האט געברענגט דערצו אז דאס זאל טאנצן/קלאפן/קראכן?

 

אהה, אקעי

 

אסאך האלטן, אז דאס וואס אסאך אלטע ניקס זענען לעצטנס געשטארבן האט עס מיטגעשלעפט דעם סערווער..

 

אנדערע מער ערפארענע אויסגערופענע עקספערטן ערקלערן דאס פאלגענדע זאץ: אז דאס פאטיליטעט פונעם מוח קאמער פון אידישע וועלט [סערווער בלשון לאומים] האט צוטון מיט די הויכע באשפריצטע אידישע וואס מען האט און אים לעצטנס אריינגענידעלט..

 

שמערי_בערי » 23/7/2010 21:34

איינער זאגט מיר היינט אז ס'א שיינע וועג פון פארמאכן א וועב זייטל...

שמערי_בערי » 23/7/2010 21:35

אפס, נישט געשריבן אין די ריכטיגע ארט, היידפארק שקצים. צו וואס קעמען נישט שמעקן אנארטיקל דאהי? הא?

יגר, יו אר גרעיט

וויכי » 23/7/2010 23:05

יא? וואס קוקסטע? דו זעהסט נישט וואו איך שוויץ דא אוועק! סאכדעס, שיין אהער, טריאו, דו שיין אהין... איין מינוט, איך מוז טשעקן צו מיינע טשערי לייט'ס ארבייטן נאך, אייל בי רייט בעק.

געלעגער » 25/7/2010 21:16

יגר!!! ס'זאל דיר גערעכנט ווערן פארן ארויף ברענגן די שמייכעל אויף מיינע לעפצן.

gishmoker » 26/7/2010 06:04

א דאנק יגר'ל פארן שמייכל מאכן די לעפצן..

[בילד – נישט אפגעהיט]

צייטלעך » 26/7/2010 18:46

יגר. נאדער א גרינע! [בילד – נישט אפגעהיט]סארי. איך האב דיר געוואלט געבן א גרינע. וואס זאלעך טוען אז דאס זענען די גרינע פון הייד פארק.. ווילסטאך נישט באקומען פון די געלע.

בןהרחמן » 27/7/2010 08:50

יגר [בילד – נישט אפגעהיט]  טריאו וואס ליגט אונטער סארווער אויסגעצויגן  מיינסטו איהם?..  [בילד – נישט אפגעהיט]