היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » חאחאחאחאחא! איך האב אויסגעפירט! מיר זענען אין ה"פ

חאחאחאחאחא! איך האב אויסגעפירט! מיר זענען אין ה"פ

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2812881

גרויזאמער » 26/7/2010 22:08

וויילענדיג אויף וואקאציע דעם פארגאנגענעם וואך האט זיך אין מיינע אינערליכע געפילן כסדר געמוטשעט און געצויגן צו עפעס א הרגשה "גרויזאמער, גיי שאף אינטערנעט און גיי ארויף אויף איי וועלט! עפעס טוט זיך דארט!".

דער אמת, איך בין געווען דער איינציגסטער אין מיין קאטעדזשעס קאלאניע וואס האט נישט פארמאגט קיין אינטערנעט, נישט פרומקייט נאר פוילקייט האט געשפילט א ראלע, עס האט זיך אנגעהויבן מיט דריי יאר צוריק ווען די שטאט האט געטיילט ספרינט קארטלעך פאר אלע סעקשאן 8 באניצער, איך האב דאן נישט אפלייט פאר א קארטל וואטשער, ביז זיי האבן פארשלאסן די וועיטינג ליסטע.

יעדן טאג פארביי האט זיך דער תשוקה צום קרעטשמע כסדר פארגרעסערט, "עפעס גייט פאר! גרויזאמער וועק זיך אויף" האט זיך מיין געדאנק אנטפלעקט צו מיר אין חלום.

אין מיין קאלאניע הייס איך א פון די גרעסטע פארדינער, איך הער כסדר אונטערמורמעלען אונטער מיין ריקן "געב אים נישט קיין פעני דער שנארער, ער איז בכלל נישט קיין רחמנות, ווען ער מאכט ווען טאקע נישט קיין געלט וואלט ער געזוכט א בעסערע ארבעט ווי שנארן"... על כל פנים פאר אזא הערליכע פארדינער איז א שטיקל בזיון צוצוקומען לידי מתנת בשר ודם אז איך זאל זיך בייגן און גיין זוכן אינטערנעט.

אזוי האט זיך דער תשוקה פארגרעסערט ביז צום קלימאקס ווען שבת נאכמיטאג האב איך נישט מער און נישט ווייניגער... עס איז א חרפה צו זאגן... איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן! יא! איר האט גוט געהערט! מיין קערפער האט פארלאנגט א שטיקל אפרוה.

יעצט אהיימקומענדיג זעה איך אז מיינע געפילן האבן מיך נישט אפגענערט, א מאסיווע נוקעלארע אויפרייס, אין היסטארישן זין פון ווארט האט אויפגעטרייסלט דעם קרעטשמע טאג בוך, וועלכע וועט זיכער פארשריבן ווערן מיט אזאלכע הייד פארק אותיות אין די היסטאריע פונעם קרעטשמע.

את אשר ישבנו בא, עס איז אנגעקומען, מיר זענען צוריק אין הייד פארק!

דער אויספלאץ וואס האט מיך באנומען איז אין לשער ואין לתאר, שוין יארן וואס מיין זעל האט נישט טועם געווען אזא געלעכטער.

די אלע גרויסע און וויכטיג מאכערס שרייען, בונטעווען, "וויאזוי געט מען זיך א עצה?" מען עפנט זיך ניקס, מען ווייסט נישט וואס אריינצושרייבן די תאריך לידה, די מין, די מקום מגורים, יוי, חברה ווען מען וואלט ווען געקענט שרייבן געלעכטער וואלט זיך די גאנצע אינטערנעט געטרייסלט פון מיין געלעכטער יעצט.

די נייע אינגע חברה וואס האבן געמיינט אז די גאנצע אינטערנעט איז תחת ידם ווערן פלוצים אזוי באוואוסטלאז, מען זעט זיי נישט פאר די פליישיגע אויגן. די אלע וואס האבן אלע יארן אראפגעקוקט די מייסדים און וותיקי הקרצ'מה זעצן זיך די קאפ אין וואנט, זיי איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז אייוועלט.קאם איז נישט דער מקור, נישט פון דארט קומט די קרעטשמע.

די אלע גרויסע ניקס קומען אהער און זיי ווילן זיך עפענען זייערע קביעותדיגע ניקס, באמפססס... שם המשתמש כבר קיים... א השגה... נאך 20 יאר וואס הייד פארק שטייט שוין האבן די חברה געטראכט אז זייער נאמען אין איי וועלט וועט נאכנישט זיין קיים... שם המשתמש שגוי, הסיסמה אינה נכונה.... חאחאחאחאחחאחא, צייטליך וויכטיג מאכער און אלע גרויסע מויל מאכערס האבן געמוזט מאכן א שינוי השם וואס האט אויפגעהויבן אלעמענס אויגן ברעמער.

ווער איז נישט אפעקטירט געווארן?

קרעמער, גרויזאמער, און די פאר אפגדזשאוועטע וותיקי הקרצ'מה.

ווי אר הער טו סטעי! לעבן זאל הייד פארק.

יעצט וועט איר שפירן די נקמה! קוקט אויף דעם בילד:

צוויי תגובות פער יארע!

2 תגובות אין יאר 2008, 2 תגובות אין יאר 2009, און 2 תגובות אין 2010

פארשטייסט? און פלוצים קומען זיי זיך אן און נעמען זיך צו שיסן תגובות.



[בילד – נישט אפגעהיט]


בכל אופן, דאס איז נאר געווען א דערמאנונג אז די וועלט איז נישט דיינס, כאטש די אלע עגמת נפש פראבירן מיר צו פאררעכטן דעם סארווער וועלכע האט זיך איבערגעקאצקעט מיט די טאץ פון קליינע טעלערלעך אייזקרים, זיין ריפ איז צובראכן, און דערווייל איז ער אויס סארווער.

בתקוה להבנה.

TellMeSome » 26/7/2010 22:25

פיין! האסט אויסגעפירט! מיר גיבן אויף! יעצט קענסטו ארויסגעבן דעם סארווער?(גילו...)

וויכי » 27/7/2010 00:00

חאחאחאחאחאחא, קוק אן גרויזי, ניטאמאל קיין אינטערנעט האטער, און דא מיינטער שוין אז ער איז א גאנצע זאך, חאחאחאחאחא... דו מיינסט אוודאי א וויכטיג מאכער איז שויניש עוועילעבל? גיי טשעק, ס'איז נישטא אזא ניק נאך, איך האלט נישט ביים נאכקומען אלע דיינע נערישע פארלאנגען... גרויזי, טאמער וועסטע רעדן אזוי חוצפה'דיג צו די הנהלה, וועט מען דיך חוסם זיין, און וועסט קענען גיין שרייבן קיין דאט סי או דאט איי על.

צייטלעך » 27/7/2010 00:22

גרויזאמער. איך האב שוין געזעהן פון דיר גענוג אומקורעקטע תגיבות און מעשיות. אבער אזעלעכע גרייזיגע אינפארמאציע צו לייגן פארן פובליק האב איך שוין לאנג נישט געזעהן.

"צייטליך" האט שוין געשריבן א תגובה אין היימישע קרעטשמע אויף הייד פארק אזוי פרי פון יונאור אום יארע 2006 למספרם. מער פונקטליכער, ביי איינע פון מיינע ערשטע תגיבות שטייט -  נשלח ב-30/1/2006 19:56

ליתר שאת. נאדער די לינק:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1785503&whichpage=&forum_id=11045


תוקן על ידי צייטלעך ב- 27/07/2010 00:24:49

קרעמער » 27/7/2010 00:56

דאן געב אונז צו פארשטיין פארוואס דו שרייבסט דיך יעצט "צייטלעך" און נישט "צייטליך". אויסער אויב דו ביסט טאקע נישט דו...

גרויזאמער » 27/7/2010 01:12

קרעמער [בילד – נישט אפגעהיט]

דער תירוץ קען זיין איינפאך, דער האט פארגעסן זיין דעמאלטיגע פעסווארד און זיין אימעיל, ער האט פראבירט זיך צו דערמאנען מיט אלע מיטלען, אבער אן קיין ערפאלג.

אבער ווער עס קען צייטליך ווייסט אז ער האט נאר איין אימעיל אדרעס, דעריבער איז די גאנצע סיפור דא א מיסטעריע.

פאטאקי08 » 27/7/2010 03:32

צייטליך איז שווארץ און צייטלעך איז בלוי (מנהל משנה)

ווערעלע » 27/7/2010 06:35

באלד וועט קומען דער גרויזאמער פון אייוועלט און זעהן אז זיין ניק איז שוין פארנומען און וועט זיך נעמען מאכן קולות כמנהגו.

ווערעלע » 27/7/2010 06:35

באלד וועט קומען דער גרויזאמער פון אייוועלט און זעהן אז זיין ניק איז שוין פארנומען און וועט זיך נעמען מאכן קולות כמנהגו.

scy4851 » 27/7/2010 07:45

ווערעלע, לא אמרי רבנן בכפילא....

בןהרחמן » 27/7/2010 08:33

דער קעניג פון מאנגליא איז דא צוריק, העי ווער האט דיך צוריקגערופן?

תוקן על ידי בןהרחמן ב- 27/07/2010 08:35:11

צייטלעך » 27/7/2010 11:31

גרויזי. די סיבה פארוואס כ'פארמאג נאר איין אימעיל אדרעסס איז צוליב די שוואכע אקענאמיע. זינט איך צאל אזויפיל געלט יעדעס יאר פאר AOL פאר מיין אימעיל אדרעסס קען איך זיך נישט עפארדן נאך איינס.

איך געדענק אז יארן צוריק ווען איך האב עס געפענט האט מען געשמיעסט אז עס גייט נאך אמאל זיין "פרייע אימעיל אדרעססן"!! איך האב דאן געלאכט פון די פאנטעזירער אבער זיי האבן געהאלטן אז ס'קען יא געשעהן. און יעצט קענען זיי מיך נישט קוקן אין פנים פאר בושה! זיי זעהן שוין אז ס'איז נישט מעגליך און דאס איז ווייט פונעם מציאות.

עס וועט קיינמאל נישט זיין אזאנס!! נישטא וואס צו רעדן, די פירמע'ס וואס מאנאפעלירן די אימעיל וועלט דארפן זיין משוגע דאס צוטוען. ווייל יעדער וועט זיך קענען עפענען וויפיל אדרעעס'ן מ'וויל און דערנאך וועט פאלן די גאנצע ווערט פון א אימעיל אדרעסס, א זאך וואס קען זיי לייגן אין באנקראט און זיי ווילן דאס פארמיידן פאר יעדען פרייז.

קרעמער. דער ריכטיגער תירוץ איז ווי גרויזאמער האט טאקע דערמאנט. איך האב נישט די פעסווארד פון דאן און איך קען זיך נישט דערמאנען וועלעכע אימעיל אדרעסס איך האב דאן געניצט.

איך האב שוין אריינגעלייגט עטליכע אימעיל אדרעעסן און זיי האבן מיר ביי יעדע געשיקט א נייע פעסווארד, אבער אלעמאל פון א דריטע ניק... כ'האב אליינס נישט געדענקט וויפיל ניק'ס איך האב שוין אלס גענוצט אויף הייד פארק.. דעריבער האב איך געמאכט דעם ענליכן ניק.

תוקן על ידי צייטלעך ב- 27/07/2010 16:55:56