היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ברוך דיין האמת!

ברוך דיין האמת!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2813240

גרויזאמער » 27/7/2010 23:21

די געפילן זענען מיר פשוט פאראלאזירט, איך וויל עס נישט גלייבן, אבער יעצט קומט אן די זייער זייער שווערע בשורה אויף די פטירה פון הרה"ג ר' יצחק מאיר שפירא ז"ל לאניעריגע מלמד תשב"ר אין קרית יואל. ער האט זיך זייער שטארק געמוטשעט מיט יענע מעשה.

די צרה איז עד לב השמים!

מאשקעלע » 27/7/2010 23:43

ברוך דיין האמת. נעבעך זיך אפגעמוטשטעט עטליכע יאר, איינמאל און נאכאמאל. השי"ת זאל שוין רחמנות האבן אויף זיין פאלק.

צייטלעך » 27/7/2010 23:56

מיינסטעס?! ברוך דיין האמת!

געווען א חשובער מלמד אין קרית יואל אין כיתה ח'. א גאר איידעלער און עהרליכער מענטש. ער האט זיך די לעצטע יארן נעבעך אזויפיל געמוטשעט. אךך א בראך! גאר א ביטערער בשורה.

זאל מען שוין הערן בשורות טובות.

פישעל » 28/7/2010 01:05

לויט דעם יעצטיגן פלאן וועט די לוי' אי"ה ארויסגיין פון ביהמ"ד הגדול אין ק"י ארום האלב זיבן, און דערנאך וועט מען פירן די מטה צו די בניני התלמוד תורה אויף רימאנאוו קט. וואו דער נפטר ז"ל האט געדינט אלס מלמד פאר 25 יאר. וואו עס וועלן מלוה זיין די קינדער און בחורים תלמידים פונעם נפטר.
 
דער יונגערער דור תושבי קרית יואל געדענקט אים מיט א שטארקע הערצה, אפי' די וועלכע זענען נישט געווען זיינע תלמידים האבן הנאה געהאט פון אים ווען ער פלעגט ארומגיין אלס משגיח אין די קלאסן ביי לאנטש און שטענדיג אריינגעווארפן א גוט ווארט פאר די קינדער מיט א שמייכל.

יהא זכרו ברוך.



תוקן על ידי פישעל ב- 28/07/2010 01:07:23

פיפאש » 28/7/2010 01:34

בד''ה מורי ורבי ר' יצחק מאיר ז''ל

א טייערער יוד געווען

פאטאקי08 » 28/7/2010 02:52

פיפאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בד''ה מורי ורבי ר' יצחק מאיר ז''ל

א טייערער יוד געווען

bobke123 » 28/7/2010 03:17

בד''ה

געזינט » 28/7/2010 21:58

עס איז געווען זייער אינטערסאנט ווי יעדער האט ארויס געברענגט זיינע מעלות סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, ממש ווי אפגעשמיסט סיי די דומ"ץ דק"י און סיי מלמדים און סיי משפחה און חברים,

עס האט זיך אונגעזען הינדערטער תלמידים און אפילו בשעת מקבר זיין האט מען געהאלטן און איין שטראמען תלמידים וואס האבען שוין אליינס אויפגעשטעלט דורות, און פארן מקבר זיין האבען הינדערטער תלמידים זיך געזעגענט אראפ לייגענדיג די קאפ אויף זיין ארון און די געוויין פון די תלמידים זענען געווען עד לב השמים

זאל מען שוין הערן בשורות טובות
זאל שוין זיין ומחה ד' דומע מעל כל פנים ובא לציון גואל בב"א