היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » מזל טוב!! ביז צום קרעטשמע

מזל טוב!! ביז צום קרעטשמע

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2813535

א_טענצל » 28/7/2010 21:33

http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=79&t=11725&sid=209daf5b3ee94b1ceff457f2f9933097
 
מ'קען שוין ב"ה גיין פין דא

תוקן על ידי א_טענצל ב- 28/07/2010 21:59:16

דו_גנב » 1/8/2010 16:17

זעענדיג אז דא ווערט אביסל אויסגעשפילט, האב איך מיך געלאזט איבערעדן פון איינעם אין אישי און אריין דארט באזוכן
און כ'זעה נישט די געוואלדיגע גרויסע מעלות פונעם "צייטווייליגן ביז צום קרעטשמע"
ס'איז כמעט אלעס די זעלבע ווי דא, אלעס איז איין קוגל
און נאך דערצו דארף איך טוישן פעסווארד, א זאך וואס איך האלט נישט דערביי
ממילא בלייב איך דא ווארטן אז "איי וועלט" זאל זיך האפענטליך אין גיכן אויפוועקן פון איר לאנגן גסיסה

מ_קארנפעלד » 1/8/2010 17:52

שוין האמיר שוין מזומן.........

דו_גנב » 3/8/2010 02:39

אביסל מזומן קען יעדער נוצן... בפרט אין די היינטיגע עקאנאמיע
דער אייבערשטער זאל העלפן

גרשום » 3/8/2010 08:35

 ס'איז שוין דא מער ווי מזומן..

אויב דער פארום  'בחדרי חרדים' וואס איז באשטימט געווארן אלס טעטיקסטער פארום אויף דער גאנצער וועלטלעכער אינטערנעץ, (מיט צעענדליקע טויזנט באזוכער א טאג) פילט זיך באקוועם אינעם הייד-פארק מסורת, מעג אויך די דאזיקע
קרעטשמע ווייטער עקזיסטירן.

זאל זיין צוויי היימען. איינס כנגד שמור און איינס כנגד זכור.  


טאבאקא » 3/8/2010 12:42

און אז מ'רעדט פון מזומן...
צוויי גרינגע סגולות פאר פרנסה:
איינס וואס איך האב אליינס אויספראבירט, ס'שטייט אז עסן פרייטיג צו נאכטס (חקל תפוחין קדישין) א עפל איז א סגולה צו פרנסה, און זייט איך האב אנגעהויבן אזוי צו טוהן זעה איך א שטארקע פארבעסערונג
צוויי א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז ווען ער איז געווען ביים סופר באשטעלן תפילין ביי זיין בר מצוה בחור, האט ער אזוי געקרעכצט אז דער מצב איז שווער וכו', זאגט אים דער סופר ס'שטייט פון ר' הירצקעלע ראצפערטער א סגולה פאר פרנסה צו האבן מזוזה האלטער'ס פון האלץ, דיינע זענען פון האלץ? פרעגט ער אים, זאגט ער ניין ווייל פלעסטיק איז א גרעסערע סגולה ווייל ס'איז אסאך ביליגער... זאגט ער אים איך האב דא זייער שיינע האלצענע פון כינע פאר נישט מער ווי דריי דאלער איינס, ס'לוינט זיך צו פראבירן, נו שוין האט ער גענומען, וואס זאל איך דיר זאגן -פירט אויס מיין חבר- נישט מער ווי פיר טעג נאכן טוישן האט מיר מיין בעה"ב געגעבן א העכערונג אינעם געהאלט אויף וואס איך ווארט שוין צוויי יאר!
(איך פערזענליך האב דאס נישט געקענט פראבירן ווייל איך האב שוין פון לאנג האלצערנע)

דו_גנב » 5/8/2010 03:31

שלום עליכם הרב גרשום
דורך וועם איז באשטימט געווארן אז "בחדרי חרדים" איז דער טעטיגסטער פארום אויף די גאנצער וועלטליכער אונטערנעט?

scy4851 » 5/8/2010 06:08

וואס הייסט דורך וועמען???? דורך ר' גרשום אליינס!!

דו_גנב » 5/8/2010 06:59

חאחאחא... אגב ווען כ'האב געזעהן זיין תגובה האב איך מיך דערמאנט פונעם "אלגעמיינער"...  

בד"וו איך האב געקוקט אין דיינע הודעות (כ'האף אז דו ביסט נישט ברוגז) און כ'זעה אז דו ביסט א מעמבער אינעם פארשלאסענעם פארום "בחדרי חרדים משפחה אידיש"
סאו אפשר וועסטו קענען ענטפערן וואס מ'רעדט דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=22&topic_id=2812589&forum_id=11045

וועגן די סייט "דאס אידישע פאמיליע" וואס "טאבאקא" איז פארווייטאגט אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט