האט איר געוואוסט אז...
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1588604
יעצט כאפ איך וואס דו מיינסט.
בין איך שוין ווידער א מבין?
וואס האסטו יעצט געכאפט?
אז 'דו' האסט טאקע נישט דערציילט, אבער 'יענער' יא.
פרעג מיר נישט יעצט: ווער 'יענער'. מיר ביידע ווייסן פון וועמען מען רעדט. יא?
לויט ווי איך מיין האט פענסטער נישט געברויכט צו פארציילן פאר סושי ווייל ער איז דארט געווען בשעת'ן שינוי השם והמבין יבין.. וכלשונו 'איהי אמרנא'
ניין - בן הרחמן - טראצדעם וואס דו פונקציאנירסט אויף די הנהלת הקרעטשמע, פארלאז זיך אבער אויף מיר ווען עס האנדעלט זיך פון די אנשי שלומינו ביכל פון די מעמבער'ס פון אונזער קהילה...
יא בעני, דאס מאל איז קרעמער גערעכט, כאטשיג ער איז שוין נישט מנהל הפורם, האט ער אבער מיטגענומען דעם אנשי שלומינו בוק.
פענסטער,
איך האף יענטעאש וועט זיך מער נישט עקל'ען פון דיין בענקל.
געשמאקער;
נעקסט ביסטו אויף די רייע... ווען גייסטו טוישן ניק???
דזשאסט קידינג...
וואס???
איינער עקל'ט זיך פון מיין בענקל אויכעט ?!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך וויל ענק לאזן וויסן אז "קיינער" האט מיר עס נישט
געזאגט
קרעמער קוק אין דיין אישית
קריינא דאגרתא דארף צו מיינען אז סושי האט פארגעשלאגן די נאמען
האט איר געוויסט אז...
אז 98% פון די געז סופליי וואס קי-ספען קויפט קומט פון נארט אמעריקע!
(אזוי האב איך היינט געהערט אויף זייער ריקארדינג ווען איך בין געווען אויף האלד)
האט איר געוואוסט אז.......
היינט איז דו ערשטע מאל און אן ערך פון א האלבעטן
חודש וואס רבי ר' 'פענסטער' לאזט זיך ענדליך הערן.........
האט איר געוואוסט אז.......
אז יענטאאש האט נאר געשריבן די פאריגע שירות (פאר פענסטער) ווייל ער האט נישט געטראפן עפעס בעסערס צו שרייבן
האט איר געוואוסט אז.......
ביי די פריערדיגע תגובה האט זיך
'וואטס-אפ' פשוט פארמישט מיט זיין
אנדערע 'ניק' ......
עה... אזוי מיין איך.....
האט איר געוואוסט אז........
עס קוקט שוין באלד אויס דא ווי אין חדר!
גייסט צום רבי'ן, OH NO דו גייסט צום רבי'ן.
אויב דו געסט מיר נישט פון דיין ריסעס, גיי איך נישט זיין דיין פרענד.
איך בין דיין בעסטע פרענד געמיר א טשו-טשו.
יענטאאש, וואאאאאאאאאטסססאפ?
האט איר געוואוסט אז.........
קרעמער קוקט שוין באלד אויס
ווי דער מלמד ביים מוסר שיעור....
האט איר געוואוסט אז.......
עס איז שוין באלד צוויי חדשים וואס נאטוליך האלט אינז נישט אפדעיטאד וואס עס טוט זיך מיט זיין דירה א.א.וו.?
...אז "צוליב טעכנישע סיבות" מיינט "פאר קיין שום סיבה"?
איך האב שוין צענדליגער מאל געזען אז "צוליב טעכנישע סיבות" האט דאס און דאס פאסירט. (למשל, ארויסגעפאלן אן ארטיקל אין א צייטונג, נישט געקענט דורכפירן עפעס, א.א.וו.)
האט איר געוווסט...
אז היינט, ערב ראש חודש אדר, איז דער טרויעריקסטער טאג אין יאר?
ווי אזוי? הערט א פשעטל, די גמרא זאגט: "משנכנס אב ממעטין בשמחה"
דאס הייסט: פון אב אן דארף מען כסדר, מינערן מיט שמחה. ביז ווען? דאס
שטייט נישט געשריבן.
ביי חודש אדר, זאגט ווידער די גמרא: "משנכנס אדר מרבין בשמחה" דאס
הייסט: פון אדר אן דארף מען כסדר, מערן מיט שמחה. אויך דא שטייט נישט
געשריבן ביז ווען?
קומט אויס לויטן פשט, אז ערב ראש חודש אדר, איז דער טרויעריקסטער טאג
אין יאר, און ערב ראש חודש אב איז דער פריילעכסטער טאג אין יאר.
פארשטאנען? שטימט דער חשבון?
מאטעס;
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - קרעמער - 27/02/2006 1:14:39
did you kmow that
all bungalows in my place are taken alredy
i just booked the last unit
lucky me
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1503945TOTHETHING;
איז דאס א רמז אז דו פלאנסט צו שרייבן די היי יעריגע טאגבוך אנשטאט נאטורליך? וועט עס זיין אין אידיש? ענגליש?
אז ווען ר' מאטעס האט אנגעשריבן זיין פשעטיל האט ער שוין געהאלטן נאכן טרינקען אביסעל שנאפס?
ערב ראש חודש אדר איז היינט
if i cant manage to get hebrew
if i'm lazy to get writing permission in other forums
how can i beat natirlich
1day he'll get the nobel peace prize
i've read a lot
nobody beats this guy
!sombody help
if i start writing while hadaf bitina
everything gets erased when hadaf bitina goes away
?any way to prevent this
שנאפס
איך מיין אז ר' מאטעס וואונט אין ארץ ישראל, און מסתם ווען ער האט עס געשריבן איז שוין געווען דארט ערב ראש חודש
טוטינג
פאר דעם "שלום פרייז" איז נאטורליך זייער א ווייטע קאנדידאט
ווי מזעט ער רעכענט זיך אפ מיט יעדן.
פאר דעם "פוליצער פרייז" וואלט איעדער געשטימט פאר אים.
to the thing;
די בעסטע עצה איז אז דו זאלסט האבן א קאפיטשקע געדולד און אויסווארטן ביז די דף ענדיגט טענה'ן, דאן וועסטו נישט האבן קיין שום פראבלעמען. אויב עס נעמט צו לאנג, באשעפטיג זיך אין עפעס אנדערש דערווייל, אדער כאפ א דרימל..
א גוטן חודש.
בשעת איר זאגט יעצט אין דעם ביטערן גלות דעם תפילת יו"כ קטן, האב איך
שוין דא, אין ארץ-ישראל אריין געטרעטן מיטן רעכטן פיס אין חודש אדר אריין.
דא, איז שוין מרבין בשמחה. ביי מיר איז די שמחה טאפלט, ערשטנס צוליב
דעם וואס איך טרינק יעצט א גלעזל משקה מקיים צו זיין דעם מאמר חז"ל אין
מסכת פסחים: "אין שמחה אלא ביין" און צווייטנס ווייל דער אור החיים הקדוש
אין פרשת כי תבוא זאגט: "אין שמחה אלא בישיבת ארץ-ישראל".
וגם חרבונה זכור לטוב.
ר' מטות, זיישע מוחל טרינק פאר מיר א גלעזעל משקה ווי אמשנעלסטענ'ס
ר' נאטורליך.
ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם בורא פרי הגפן... לחיים טובים ולשלום.
ערעב מאטעס;
צוערשטנס שלום עליכם אייך, ווייזט אויס אז צווישן יום כיפורים און פורים האט איר נישט קיין צייט אריינצופאלן אין די קרעטשמע, ווייל די לעצטע מאל איר זענט דאהי געווען האט איר זיך געקריגט מיט אונז אז איר קענט שוין אויספאסטן און מיר שטייען נאך איינגעהילט אין די ווייסע קיטלן און טליתים און קלאפן על חטא (צו אונזער מזל האבן מיר דאס געליינט הערשט נאך די קאלטע בראנפן און ווארימע קאווע פארביסן מיט געשמאקע קאקאש קעיק).
שנית, וויל איך אייך אויפמערקזאם מאכן אז איר האט נאך א שמחה, ווייל אין שמחה אלא בבשר שטייט אויך, און איר בייסט אריין אין אונזער פלייש מיט אייערע תגובות... אבער מיר ווייסן דאך אז אין מערבין שמחה בשמחה, אלזא איז בעסער זיך צו האלטן מיט איין שמחה און שוין.
אגב, ברויך מען פרעגן דעם חשוב'ן דיין אויב עס איז בכלל ערלויבט צו טרינקן וויין אום חודש אדר!?! ווייל אין חודש ניסן געפונען מיר אז מען טאר שוין נישט עסן קיין מצה פון ראש חודש, כדי מען זאל דאס עסן צו דער זעט, נו, וואס איז די וויין פון פורים עפעס א מפיל קינד? מוז מען איר דען נישט טרונקן מיט א הונגעריג בייכל? פון די אנדערע זייט ווייסן מיר דאך אז וויין האט אן אנדער דין אפילו לגבי פסח, ווייל אום ערב פסח זענען דא שיטות אז וויין מעג מען יא טרונקן (זעה די שיטות אין שו"ע אדער פרעג דעם דיין, איך ווייס נאר פון וואס איך געדענק אז "טובא מיגרר גריר", אויב מען טרונקט אסאך וויין, טוהט דאס אנרייצן דעם אפעטיט פאר "נאך").
ילמדנו רבינו...
...אז אין בית הכבד אין די לעצטע מאביל געזאלין סטאנציאן אויף נוי יערזי 17 נארט צווישען די גרעפירי אויפן וואנט ממש לעבן דעם טיר שטייט הוטקע און אידישע אותיות
אבי נישט 'קרעמער'...