האט איר געוואוסט אז...
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1588604
...אין 1938 איז א קעטעגארי 3 שטורעם אנגעקומן קיין ניו יארק? (credit for yingatchbp).
...ביז 1937 פלעגט מען פארקויפען אינטער וועש נאר אין באקסעס, כדי מענטשען זאלן נישט ווערן אפענדעדט.
{די קאמפעני jocky, איז געווען די ערשטע צו פארקויפען אין דורכזיכטיגע בעגס}.
תוקן על ידי - nafcha - 26/09/2005 1:30:00
איינער פון די חשוב'ע חברי הפורם הרוצה בעילום שמו (?) האט מיר געבעטן אז איך זאל דעס שרייבן.
ביטע שרייבן נאר אינטערסאנטע ענדעקונגען.
נישט אז יעדער זאל שרייבן 'סתם' און איבערקייען אלטע זאכן.
ווי למשל;
האט איר געוואוסט אז...
...די קרעטשמע האט אמאל געהייסן היימישע שטותים.
וד"ל בזה.
יישר כח
... צו ווערן א גארביזש טראק דרייווער דארף מען דורכגיין פארשידענע אינזשעקשאנס.
... פיעררע סעלצער קומט פון א קוואל וואס די וואסער ענטהאלט נאטורליכע געז.
... א ריין ספעלט דייעט [אן קיין טראפ ווייץ] נעמט אוועק די תאווה פון רייכערן.
... איך וויל שרייבן נאך עפעס נאר איך געדענקט נישט אויף די רגע.
רבותיי, כ'האָב ערשט נישט לאַנג אַנטפלעקט דעם פאָרום.
איך כאפּ מיך אַריין אַ הער אָפט. דער אַטמאָספער דאָ איז
פריינדלעך, היימיש און גאַנץ געשמאַק. עס געפעלט מיר.
נאָר וואָס? ליינען אַייער אידיש, קומט מיר אָן שווער.
איך האָב בּאַמערקט, אַז אַזוי זעט ליידער אויס היינט,
דער אידיש אין אַמעריקע.
איך רעד נישט כמעט קיין אידיש. נאָר העברעיש. אָבער
דאָס ביסל אידיש וואָס איך רעד יאָ, איז עס אַזוי ווי
מיין טאַטע-מאַמע פון מזרח אַייראָפע האָבן גערעדט.
איך טראַכט ביי מיר, אַז ווען משיח וועט קומען און
די יידן פון מזרח אַייראָפע וועלן אויפשטיין תחיית
המתים, און אַריין קוקן אין דעם פאָרום, למשל, וועלן
זיי נישט גלייבן אַז דאָ רעדט מען אידיש.
מיט אַ פאָר וואכן צוריק, האָב איך געוואָלט שרייבן
עפעס, אין אַ פאָרום אויף אידיש דאָ אויפן "הייד פאַרק".
כ'האָב געבעטן אַן ערלויבעניש צו שרייבן, און כ'האָב
באַקומען אַזאַ ענטפער: ביפאָר מיר נעמען אָן אַ נייע
נעמבער... וכו'
נו, גייט פאַרשטייט אַזאַ אידיש.
איך בין נישט געקומן ח"ו קריטיקירן. איר זענט
נישט שולדיק. אין ישראל איז אויך נישט אַ סאך
בעסער, נאָר אין ישראל, איז דער אידיש געמישט מיט
העברעיש, אין דאָס פאַרשטיי איך.
נו, וועט דאָס אידישער שפראַך האָבן אַ קיום? איז דען
נאָך היינט דאָ ביי די חרדים אין אַמעריקע אַזעלעכע
וואָס זאָגן ווערטער ווי צום ביישפיל: לאָדן. פּאָדלאָגע.
קראַן. פּאַמעלעך. ספּודניצע???
זייט מיר אַלע געזונט און שטאַרק, און לאָמיר זיך טרעפן
אין פריידן.
גישמאקער;
זייער אינטערסאנט.
לאמיך דיר נאר פרעגן, פאר ווי לאנג טאר מען נישט עסן קיין ווייץ? פאר א גאנץ לעבן, א חודש, א וואך.
איז עס בדוק ומנוסה?
=============
מעטס;
קודם כל שלום עליכם, ס'איז אונז א פארגעניגען דיך צו האבן דא אלס חבר הפורם.
וועגן דיין פראבלעם מיטן אידיש, איך בין גרייט דיר איבערצוטייטשן אלע ווערטער וואס די פארשטייסט נישט כפי יכלתי.
נאר קודם זאג די מיר וואס מיינט דאס ספּודניצע, איז דאס א ספאנזש (ספוג) אין 'אידיש'?
תוקן על ידי - nafcha - 26/09/2005 22:03:59
שלום עליכם ר' נפחא.
ערשטנס, אַ האַרציקן יישר כח, אַייך. איך וועל אַייך נישט
באַמיען מיט בקשות אויף איבערזעצונג. סיידן אַז ס'וועט
זיין ממש אַ פיקוח נפש.
כ'האָב הנאַה פון דעם פאָרום, און אויך פונם פיינעם שנאַפס און באַטאַמטן געבעקס, וואָס ווערט צו געשטעלט צום טיש מיט
אַ ברייטע האַנט.
ווילט איר וויסן וואָס איז ספּודניצע? ספּודניצע איז: SKIRT
אַ גוטן אָוונט.
שאָלעמ אַלייכֿעמ ערעבּ מאַטעס;
ערשטנס אַ האַרציקן דאַנק אייך פאַרן אַריינשפּאַצירן
פֿון צייט-צו-צייט אין אונזער קרעטשמע
מיר ערוואַרטן אייך מער עפֿטער
איך מיין אַז איר האָט גאַנץ גוטע מאַכֿשאָוועס...
ווייל ווען משיח וועט קומען
און די יִידן פֿון מיזרעכֿ אייראָפּע
וועלן אַריינשפּאַצירן אין אונזער קרעטשמע
וועלן מיר אויך כּלל ניט פֿאַרשטיין וואָס זיי ריידן.
ווער קען דען היינט דעם אָרגינאַלען יִידיש
וואָס אונזערע עלטערן און-אור עלטערן האָבּן געריידט?
איך פֿארשטיי ניט אייער פּראָבּלעם
(פּראָבּלעם טייטש אינעם 'ישראל שפּראַך' "בעיה", פֿאַרשטאַנען?...)
יִידיש קענט איר דאָך, איז נאָר דער יִידיש-אַנגלית וואָס מיר מישן אַריין
קענט איר דען ניט קיין אַנגלית?
אַ גוטע נאַכֿט (ישראל צייט)
אה!!!!!!!!!! שלום עליכם ערעב מאטעס!!!!!!!!!
זעצט אייך כאפט א שנאפס...... א צובייס......
מאכט אייך באקוועם..... רופט אייערע פריינט........
אלעס ווערט דא געגעבן בחינם.......
... אז על גואר האט ערפינדן די אינטערנעט.
... אז קוילן [פעיוומענט] לאזט נישט דורך קיין וואסער, אבער סעמענט יא.
...
נפחא, עס ווענדט זיך ביי ווי אמענטש, קען אמאל זיין נאך 2-3 טעג אבער דרך כלל
בערך נאך 7-10 טאג, וועפט אויס די תאוה.
.... אז ספודניצע מיינט א SKIRT.
(credit for mates1).
.... אז די 'ניו יארק סטאק עקסטשעינטש' האט אינוועסטיד איבער צוויי-א-האלב ביליאן דאלער אין טעכנאלאגיע, איבער די לעצטע צען-צוועלעף יאר.
צו MATES1
צו ווייסטו וואס ספראנדזשינעס מיינט? און וואס איז מיט ברונדזשענע, סאזשע, געפראזשעט? (=ספרינג - קפיץ; עגפלענט - חצילים; אש און אפגעבאקענע ניס, לויט'ן סדר.) מיין מיינונג איז אזוי: יעדע שפראך גייט דורך אן עוואלוציע דורך די יארן און וואנדערונגען. די היינטיגע ענגליש איז נישט די זעלבע ווי די וועלכע די קאלאניסטן האבן געניצט; די "ענגלישע" ענגליש איז נישט גלייך צו אונזער ענגליש אא"וו. אבער קיינער גייט נישט קומען מיט טענות צום אמעריקאנעם און זאגן אז ער רעדט נישט א גוטן ענגליש און ווען משיח וועט קומען וועט די טאנטע פון דיטרויט נישט פארשטיין וואס ער רעדט, ווייל ס'איז פארשטענדליך אז א שפראך טוישט זיך מיט די יארן. די זעלבע איז אויך מיט כללים וואס אנבאלאנגט אויסלאג און דקדוק. די זאכן בייטן זיך מיט דער צייט. (סיידן אין לשון הקודש, להבדיל, וואו די דקדוק קען זיך קיינמאל נישט טוישן - א סוגיא פאר זיך.) דעריבער ווען דו ליינסט דא אין פארום "פרעמדע" ווערטער וואס זענען אמעריקאניזירט ("אמערידיש" לויט'ן מעלות) איז, כאטש וואס דאס הארץ בלוטיגט, דארף מען דאס אנעמען אלס דער אידיש פון היינט און מארגן און זיין צופרידן אז עס וואקסט אויף א גאנצער דור מיט טויזנטער אידיש רעדנער.
כ'בין תמיד געווען א פיוריסט. מיר פלעגט זייער שטארק באנק טאן ווען מ'האט געשריבן פין אשטאט פון, אין אשטאט און אא"וו אבער מיט די יארן האב איך זיך אויסגעלערנט צו "אראפשלינגען" די גרייזן און עס באטראכטן ווי א טויש אינעם אידיש אויסלייג. (ספעציעל אז רוב אידיש רעדנער היינט זענען אונגאריש אפשטאמיגע איז זיכער שווער פאר זיי צו אונטערשיידן צווישן און און אין אא"וו.)
ווען מ'קוקט אריין אין עלטערע אידישע ביכער זעט מען אויך אן אנדער אויסלייג ווי אין די שפעטערע ביכער, און איך רעד שוין נישט פון די פרומע אויסגאבעס ווי די צאנה וראינה, תחינות און בית יהודה חומשים וועלכע האבן זיך בכלל נישט געהאלטן צו קיין כללים (ווי מ'קען זען א ח אשטאט א כ, א קמץ אשטאט אן אלף און נאך.) האט איינער געהאט טענות אויף זיי אז זיי "פארדרייען" די אור אלטע שפראך? ניין. ווייל א שפראך באלאנגט צו ווערן "פארדרייט".
נאך א נקודה: אידיש איז א ארימע שפראך (כ'בעט דיך איבער מיין ליבער אידיש...) דעריבער דארף מען זיך "בארגן" (אדער לייען) ווערטער פון אנדערע שפראכן צו ערפילן דעם געברויך וואס אידיש ערפילט נישט. דורכאויס די יארן האט מען אריינגעמישט פרעמדע ווערטער אין אידיש פון די ארומיגע שכנים. יעצט ווען איינער זאל מיר פרעגן: "ווייסטו וואס מיינט פאדלאגע, לאדן, ברונדזשענע?" קען איך אים ענטפערן: "ענשטולדיגט, איך קען נישט רוסיש, פויליש, אונגאריש וכו'." אדער, איך קען נישט רוסיש-אידיש, פוליש-אידיש און אנגאריש-אידיש, ווייל למעשה איינמאל א "פרעמד" ווארט ווערט ברייט באנוצט ביים פובליק ווערט דער ווארט א טייל פונעם שפראך.
נו, ס'מיר קאלט געווארן, כ'ווען פארמאכן די לאדן און גיין טונקען חלה אין ברונדזשענע...
שלמה זלמן
שלום וברכה ר' שלמה זלמן.
קודם כל, לאמיר מאכן א "שהכל". אפשווענקן דעם האלדז מיט
א ביסל משקה. לחיים.
יעצט אזוי: מיר ביידע, האבן ליב אונדזער "מוטער שפראך".
מיט דעם איז נישטו קיין שום וויכוח צווישן אונדז. אַיאָ?
לאמיר גיין ווייטער. איר טענה'ט, אז א שפראך ענדערט זיך
מיט די צייט. יעדע שפראך. מיט דעם בין איך מסכים מיט אייך, אבער, נאר טיילווייז.
אמת. א שפראך, טאקע, ענדערט זיך מיט די צייט. עס קומען צו מיט די יארן נייע טערמינען. פארשטייט זיך, אז אין גאליציע אדער וואשה, איז נישט געווען ביי אונדזערע זיידעס, די היינטיקע אלעקטרונישע זאכן וואס האבן נעמען.
איך שפיר אבער, אז פון דעם שיינעם רייכן אידיש האקט מען ארופ גאנצע שטיקער. ר' שלמה זלמן, אידיש איז נישט קיין ארעמע שפראך, מע מאכט דאס ארעם. מע האקט אריין ענגלישע ווערטער אנשטאט זיך באמיען און נוצן דווקא די אידישע ווערטער. מע קען זאגן, למשל, "זאקן" און מע קען אויך זאגן "שטרימפ". אבער, פאר וואס, למען השם, האקט מען אריין אן ענגליש ווארט? מוז דאס זיין אזוי?
דער אויסלייג און דער עקצענט איז אנדערש ביי א ליטוואק
און ביי א גאליציאנער. דאס איז פארשטענדלעך און נאטארלעך.
אבער, מע דארף רחמנות האבן אויף די אידישע ווערטער. זיי אפהיטן.
איך שטעל דא אן אדרעס פון א ווערטערבוך. קוקט און צייגט אייך איבער אז אידיש איז גאנץ א שיינע און א רייכער לשון.
איך בין טויט מיד. איך גיי שלאפן. האט מיר א גוטע נאכט.
http://www.cs.emar.uky.edu/~raphael/ymdex.utf8.htmlמתתיהו, דיין לינק איז אויך טויט מיעד, און ארבעט אויך נישט.
שלמה זלמן
אנדערש ווי מתתתיהו וועלכער פרעדיגט שפראך אבער שרייבט אזוי גרייזיק אז עס ברענגט מיר ארויף א שמייכל אויף די לעפצן (ליפן?), מוז איך אייך קאמפלימענטירן אז איר האלט אייך זייער שיין צי די כללים פון די אידישע שפראך אין אייערע שריפטן.
כה לחי
אהבתי "לעפצן"
[בילד – נישט אפגעהיט] חחחחחחחחחחח
שלום צו אייך נייע גולשים - ר' שלמה זלמן און ערעב מאטעס;
איך אלס אלט געזעסענער שיכור דא אין די קרעטשמע, וויל איך אייך ציוויסן טוהן, אז עס האט זיך שוין געמאכט אמאל א שטיקל שמועס בנוגע דער נושא, דא ביי אונז אין די קרעטשמע, מיט א צייט צוריק,
און איך האב דעמאלט געשריבן:
נחזור לענינינו. שוין, איך וועל פרובירן מיין מזל. הער גוט אויס מיין עניית דעתי (אמאל איז דער ענ"ד אמת'דיג... ווייל איך בין דאך א פרישער אין דער גאנצער נושא), רוב כללים פון די אידישע שפראך שטאמען מער ווייניגער פון די... אידישיסטן און נאכאמאל יא פון די אידישיסטן...
גיב נאר א קוק אין אלע היימישע [לייען: ארטאדאקסישע] אידישע אויסגאבן, פלאקאטן, מודעות, פון פאר די קריג וועסטו שוין זען וויאזוי זייער אידיש איז געווען... (פון די אלטע צאינה וראינה אדער בית יהודא עברי טייטש רעד איך שוין אפי' נישט...). ועיי' באשכול הסמוך "עטליכע כללים אין די אידישע שפראך" ממעכ"ת מ"ש שם הגעשמאקער סברה נכונה בזה, כי חלוקי מדינות שנו כאן, עיי"ש דברים של טעם.
די סיבה דערצו איז פשוט, ווייל אויף די אלע אנדערע שבעים (?) לשונות זענען געזעצן פיליסאפן און שפראך קענער און האבן אויסגעשטעלט דעם דעם שפראך בכל פרטיה ודקדוקיה, לויט די גרינדפרינציפן פונעם שפראך. אידיש אבער איז נישט קיין שפראך פאר זיך!. אידיש איז ווי געזאגט א 'גלות שפראך', וועלכע דער מקור איז פון די דויטשע שפראכע וואס איז בימים ההם - אין מיטל אלטער - געווען דער אינטערנאציאנארלער שפראך אין דער חלק פון אייראפע. (די גלות אידן פון די אנדערע מדינות האבן פארמירט א שפראך וואס רופט זיך 'לאדינו').
עס זענען נישט געזעצן אויף דעם שפראך קיין מענטשן אדער שפראכן קענער וועלכע זאלן אראפ לייגן די יסודות פארן שפראך, ווייל... ס'איז נישט קיין שפראך פאר זיך! דעריבער איז נישטא קיין יסודות און אוודאי נישט קיין פרטיה ודוקדוקיה. די ערשטע באנוצערס פון די שפראך זענען געווען ערליכע יראים ושלימים, ציזאמענגעבראכענע גלות אידן, וואס האבן געוואלט אראפלייגן דעם גדר און יסוד פון 'שלא שינו את לשונם' און נישט ווערן אויסגעמישט מיט די אומה"ע אין דעם לאנגן גלות וועג, און דאס איז געווען דער איינציגסטער ציל און מטרה פונעם אידישן שפראך (עי' בחת"ס עה"ת פר' ויגש).
די ערשטע וועלכע האבן גענומען 'ריכטיג' אין די האנט אריין די אידישע שפראך, זענען געווען די אידישסטן פון ווייס רוסלאנד, ליטא א.ד.ג., און אויב דו וועסט גוט באמערקן וועסטו זען אז דאס אידיש רעדן פון די ליטווישע אידן, חבדס'קע אידן, און די אלע וואס שטאמען פון יענעם געגנט איז דער ארגענאלסטער אידיש וואס שטימט לויט די אידישע כללים. למשל דו זאגסט: "מאן האנט טיט מיר וויי", זיי זאגן: (אזוי ווי מ'שרייבט דאס) "מיין האנט טוט מיר וויי". 'די' זאגסט 'די', זיי זאגן 'דו'. א.א.וו. אין קורצן זיי רעדן אזוי ווי עס שרייבט (שראבט) זיך.
און דעריבער איז פאר זיי פשוט די אלע כללים פון: אין אין; די דו; גיט גוט; א.א.וו. לייענט נאך בנוגע דער נושא אין יענם אשכול, דא האט איר:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1521808תוקן על ידי - זארעכפעפער - 28/09/2005 23:48:53
צו ר' מתת (אדער מאטעס...)
איך בין מיט אייך אינגאנצן. איך בין טאקע מקפיד ביי מיר אינדערהיים ווי ווייט מעגליך צו רעדן מיט די קינדער בלויז אידיש. איך זאג: "פארמאך די פענסטער", "גיב אכטונג ווי די גייסט אראפ די טרעפ" (נישט שטיגן, ס'שמעקט יעקיש) "טו אן דיין מאנטל" און נאך. וואס אנבאלאנגט צו די רייכקייט פון א שפראך אין קומענדיגן געלגנהייט.
ישר כח בענדעיקט פאר'ן קאמפלימענט.
שלמה זלמן
אז...
די לענג פון די קליינע פינגער איז די לענג פון די נאז?
טשעקאראט.
מקור: מדרש תלפיות
... אז יעדע פון די פינף פינגער איז באשאפן געווארן צו באדינען אן אנדערע פון די פינף חושים?
דער דיקער פינגער איז געמאכט אוועקצושארן די האר פון ארום די מויל, מען זאל קענען עסן.
דער צווייטער פינגער איז געמאכט פאר די נאז.
דער מיטעלסטער פינגער איז דאס לענגסטע און דערגרייכט די ווייטסטע, דאס איז געמאכט צום שפירן און טאפן.
דער פערטער פינגער איז געמאכט פאר די שמוץ פון אויג.
דער קליינער פינגער איז געמאכט צו פיצן די אויער.
מקור: רבינו בחיי!
ער שרייבט אז יעדע פינגער לויפט פון זיך אליין צו איר תפקיד!!! פרובירט אכט געבן דערויף, וועט איר זיך איבערצייגן!!!
וז"ל: חכמי הטבע כתבו בספריהם כי כשם שכל אבר ואבר מאברי הגוף נברא לתועלת מיוחד בגוף, ויש ברובן שבכל אחד ואחד כלול שתים שלש תועליות ואין בו דבר לבטלה, כך חמש אצבעות שביד כל אחד ואחד מהם נברא לתועלת מיוחד, והוא כי כל אחד מהאצבעות הוא משרת לחוש אחד מחמשה חושים שבאדם שהם עיקר האדם ובהם מתגלים כחות הנפש, הראשון [- האגודל] משרת לקנוח הפה והוא שבו חוש הטעם, והשני [- האצבע] תוך הנחירים שבו חוש הריח, והג' [- האמה] לחוש המשוש למשש בכל חלקי הגוף ולפיכך הוא ארוך מכולן, והרביעי [- הקמיצה] לקנח העין, והחמישי [- הזרת והוא קטן שבכולם] לקנח האוזן, והקב"ה ברא בגוף האדם חמשה חושים ומסר להם חמשה משרתים שהן האצבעות וזהו שלמות הטבע, כי אין הטבע עושה דבר לבטלה, ואנו רואין כי כל אחד ואחד מהאצבעות הולך לחוש שלו תמיד שלא בכוונה, יתברך ויתעלה היוצר יוצר בראשית אשר יצר את האדם בחכמה (רבינו בחיי ויקרא ח', כ"ג, ובשלחן של ארבע סוף שער הראשון).
...אז די זאמד און שטיינער וואס מ'האט ארויסגענומען פון די פינפטע עוועניו און פיר און דרייסיגסטע גאס צו בויען דעם עמפייער סטעיט בילדונג האט געוואויגן מער ווי די גאנצע עמפייער סטעיט בילדונג?
שלמה זלמן
The nursery rhyme Ring Around the Rosey is a rhyme about the plague. Infected people with the plague would get red circular sores ("Ring around the rosey..."), these sores would smell very badly so common folks would put flowers on their bodies somewhere (inconspicuously), so that it would cover the smell of the sores ("...a pocket full of posies..."), People who died from the plague would be burned so as to reduce the possible spread of the disease ("...ashes, ashes, we all fall down!")
The dollar symbol ($) is a U combined with an S (U.S.)
Our eyes are always the same size from birth, but our nose and ears never stop growing.
There are two credit cards for every person in the United States.
The United States government keeps its supply of silver at the U.S. Military Academy at West Point, NY
The white part of your fingernail is called the lunula.
The only city whose name can be spelled completely with vowels is Aiea, Hawaii, located approximately twelve miles west of Honolulu.
ר' מתתי שרייבט גאנץ א געשמאקער אידיש
און ער איז מיט דעם אויך הונדערט פראצענט גערעכט אז אידיש איז א רייכע שפראך און פארמאגט אויסדרוקן און ווערטער פאר יעדע איינציגסטע זאך.
אבער ווער האט עס רייך געמאכט? לאמיר געבן א קוק:
דער מקור פון אידיש ווייסט דאך יעדער איינער איז דייטש.
אידן אין אייראפע האבן אדאפטירט דעם שפראך און עס מיטגענומען צו זייערע לענדער. אין יעדן לאנד האט אידיש צובאקומען פרישע ווערטער פון די ארטיגע שפראך, און די אייראפעאישע מענטשן האבן עס נאך די מלחמה מיטגענומען מיט זיך ווייטער קיין אמעריקע און אנדערע לענדער.
די אידיש פון פאר אמעריקע איז אלזא א געמיש פון דייטש, פויליש, רוסיש א.א.וו. די אידיש פון אמעריקע איז א געמיש פון די אלע שפראכן און אויך ענגליש. אין ארץ ישראל איז עס א געמיש פון די אלע שפראכן, און אויך אביסל ענגליש און אסאך עברית.
נעמט למשל אזא ווארט ווי פאדלאגע, וואס ר' מתתי' האט געברענגט זיך צו רייצן מיט אונז.
צי ווייסט איר ר' מתתי' אז פאדלאגע איז ריין פויליש?!
און דאס זעלבע איז מיט פאוואליע, וואס איז אויך איינע פון די ווערטער מיט וועלכע אידישיסטן שטאלצירן.
דער ריכטיגער אפטייטש פאר Floor אין אידיש ר' מתתי וואלט געדארפט זיין באדן, לענ"ד (אזוי רופט מען עס אין דייטש).
און דער ריכטיגער אפטייטש פאר Slowly וואלט געדארפט זיין לאנגזאם.
-רוב נעמען פון די וויליאמסבורגער גאסן, זענען געגעבן געווארן נאך א טייל פון דו חותמים אויף דו דעקלעראציע פון אומ-אפהענגיגקייט (DECLARATION OF INDEPENDENCE)
איך קאפיר נאר דו נעמען, פאר'ן פולען טקסט האט איר דא א לינק
http://www.ushistory.org/declaration/document/--John Hancock
New Hampshire:
Josiah Bartlett, William Whipple, Matthew ThorntonMassachusetts:
John Hancock, Samuel Adams, John Adams, Robert Treat Paine,
Elbridge GerryRhode Island:
Stephen Hopkins, William Ellery
Connecticut:
Roger Sherman, Samuel Huntington, William Williams, Oliver Wolcott
New York:
William Floyd, Philip Livingston, Francis Lewis, Lewis Morris
New Jersey:
Richard Stockton, John Witherspoon, Francis Hopkinson, John Hart, Abraham Clark
Pennsylvania:
Robert Morris, Benjamin Rush, Benjamin Franklin, John Morton, George Clymer, James Smith, George Taylor, James Wilson, George Ross
Delaware:
Caesar Rodney, George Read, Thomas McKean
Maryland:
Samuel Chase, William Paca, Thomas Stone, Charles Carroll of Carrollton
Virginia:
George Wythe, Richard Henry Lee, Thomas Jefferson, Benjamin Harrison, Thomas Nelson, Jr., Francis Lightfoot Lee, Carter Braxton
North Carolina:
William Hooper, Joseph Hewes, John Penn
South Carolina:
Edward Rutledge, Thomas Heyward, Jr., Thomas Lynch, Jr., Arthur Middleton
Georgia:
Button Gwinnett, Lyman Hall, George Walton
סך הכל:
בארטלעט, וויפעל, טארנטאן, גערי, ראש, פרענקלין, מארטאן, קליימער, טעילאר, ווילסאן, ראס, ראדני, ווייט, לי, העריסאן, הופער, הויס, פען, ראטלידזש, העיווארד, לינטש, מידלטאן.
איך זעה נישט ראביי זשאועל טייטלבאום אויף דו ליסטע, ווייסט אפשר איינער נאך וועם דו גאס הייסט?
(צו ווייסט איר בכלל פון דו גאס???)
תוקן על ידי - mefikel - 02/10/2005 20:05:21
אז איך האב נישט קיין כוח?
מפוקל
דער סענדזשארדזשער רבי ז"ל (אביו של ר' יוסף לייב קאהן שליט"א) פלעגט זאגען אז דערפאר הייסט די גאס 'יוז':
ווייל איך יוז עס
עד כאן לשון קדשו, ודברי פי חכם חן
אז מען רעדט שוין מהני מילי מעלייתא פון סענדזשארדזש'ן רבי'ן ז"ל האב איך מיך דערמאנט נאך א ווארט וואס ער פלעגט זאגן ביים טרינקן די קאווע מיט צוקער אז וועגן דעם הייסט צוקער אויף ענגליש 'שאָגער' ווייל עס דארף זיין שגור בפיו, ודפח"ח, ער איז געווען א חשובער פארצייטישער איד,
אז מ'רעדט שוין פון ענגלי/דישע ווערטלעך:
עס איז דא א ווארט (דאכט זיך מיר פון צעהלימער רב זצ"ל):
ו'שא נס' לקבץ גליותינו = עס וועט זיין SO NICE
אויב השי"ת וועט צוזאמנעמען די גליות'ער, יה"ר בב"א.
שלום וברכה, ר' שמרק
א גוטע וואך און א גמר חתימה טובה אייך, און אלעמען.
איר זענט גערעכט ר' שמרק. איך בין אבער נישט קיין לינגוויסט. עס אינטערעסירט מיך נישט פון ווו איז דער אפשטאם פון די ווערטער. דורך ווו זענען זיי געקומען צופארן, און ווען האבן זיי זיך מגייר געווען.
ערשט צוריק מיט צוויי יאר, האב איך זיך גענומען לערנען
ליינען און שרייבן אידיש. כ'האב מיר געקויפט א יידיש-העברעישער ווערטערבוך. און די ווערטער וועלעכע זענען אין
דעם בוך פארשריבן, זענען פאר מיינעטוועגן, אידיש.
יעדעס מאל ווען איך באגעגן זיך מיט אן אומבאקאנט ווארט, גיב איך א בלעטער אויף דעם ווערטערבוך און אט אזוי, לערן איך זיך, נאך א ניי ווארט, און נאך א ניי ווארט.
פון דעם ווערטערבוך, און פון די העברעישע לערן-מאטעריאלן וואס כ'האב געפונען, און זענען פארשטענדלעך פאר מיר, האב איך זיך אויסגעלערנט די כללים. דאס קען איך, אזוי האב איך זיך צוגעוואינט און אזוי שרייב איך.
דאס וויכטיקסטע איז, אז מיר זאלן זיך פארשטיין איינער דעם אנדערן. א ביסל טאלעראנץ וועט נישט שאטן. איך ווונטש אייך אלע, א גוט געבענטשט יאר בגשמיות וברוחניות.
מאטעס.
וועגן די נעמען פון וויליאמסבורגער גאסן וויל איך מוסיף זיין די פאלגענדע:
ROEBLING - די בויער פונעם ברוקלין בריק, דזשאן א. ראבלינג און זיין זון וואשינגטאן ראבלינג. דער טאטע איז נעבעך אומגעקומען נאך פאר מ'האט געלייגט דעם פונדאמענט פאר'ן בריק.
MARCY - לענ"ד קומט מארסי פונעם מיטלסטען נאמען פון וויליאם טוויד (WILLIAM MARCY TWEED) דער באלעבאס פון טאמאני האל און דער טאטע פון אלע קארופטירטע שטאט טאטעס. צווישן זיינע אויפטוען איז דער טוויד'ס קאורטהאוס אויף טשעמבער סטריט, דארט וואו עס "גייען" צוויי מענטשן אויף עלעקטראנישע שילדן בייטאג און ביינאכט. (צווישן PARK ROW און BROADWAY.)
גוט מארגן ר' שלמה זלמן נ"י
די מענטשעלעך וואס 'גייען' כסדר (ווי ערווענט אין אייערע ווערטער) דערמאנען מיר פון דעם מאמר חז"ל: אנו רצין והם רצין כו' והם רצין לבאר שחת...
זיי לויפן און לויפן און קומען אין ערגעץ נישט אן... ממש א בחינה ווי מיר אלע אין דעם טאג טעגליכן לעבנס-שפאן. (פארשטייט זיך: נאר ווען מען איז עוסק אין דברים של מה בכך, אנדערש איז אבער ווען א איד איז עוסק אין פרנסה, צו קענען שפייזן זיין פאמיליע, זיי זאלן קענען לערנען און דאווענען וכדומה, דאן איז דאך די גאנצע עסק הפרנסה א שטיק מצוה! [עי' מהרש"א ברכות ו' ע"ב]).
און נאך וועלכע פעשער איד/גוי מיט'ן נאמען מאיר הייסט דו גאס העווי-מאיר????
און אז מ'רעדט שוין פון נעמען...
ווי אזוי זאגט יענקל מיללער? (קען זיין ס'באלאנגט דארט!)
לכבודו פונעם דעברעצין'ער רב, האט מען א נאמען געגעבן דו שטאט דעברעצין על שמו ודפח"ח
און אז מ'רעדט שוין פון לייגן זאכען וואו זיי באלאנגן נישט. איך האב לעצטנס אויפגעפאסט אויף נאך א זיידישע דזשאוק (קען זיין אז שטייט שוין דארט, זייט מיר מוחל):
אוי, שעפעלע, ביסט אראפגעפאלן? קום אהער וועל איך דיר אויפהייבן...
אדער דאס:
שעפעלע, ברענג אריין מים אחרונים. ... ווייסטו וואס? פלעינע וואסער איז אויך גוט...
פאריאר!! קרעמער, פלעגסטו געדענקען יעדע תגובה!
'קום אהער איך וועל דיך אויפהייבן' איז דע ערשטע זיידישע זשאוק
מפוקל;
פאראיאר? קען זיין. איך געדענק שוין נישט [בילד – נישט אפגעהיט]
אפשר האט דאס א שייכות מיט דעם וואס איך בין געווארן 'אויס-מנהל'. ווער ווייסט.
בנוגע די ווערטל פון "קום אהער, לאמיר דיר אויפהייבן", הגם עס איז געווען די ערשטע ווערטל אויפן אשכול פון זיידישע דזשאוקס, איז עס ביי מיר פריש... איך האב געהאט די זכיה דאס צו הערן מפה קדשו פון א זיידע נעכטן נאכמיטאג ביי די סעודה! איבעריג צו זאגען אז די פלייש האט זיך גאר אנדערש געשלינגען פון יענע רגע און ווייטער, וואוסנדיג אז איך האב שוין 'עפעס' וואס ארויפצולייגן אויפן פורום.
דערמאנט מיר: איך בין נאך שולדיג די מעשה פון דעם אלטן מיטן ווייסן קיטל (איך בין פשוט ביזי היינט... ווי איר קענט אייך אליין איבערצייגן).
אז מ'רעדט שוין פון....
איך האב אמאל געהאט א מגי"ש וואס מ'האט נישט געקענט פון אים לויז ווערן, כסדר האט ער געהאט גוטע מעשיות און עובדות פון רביס נאכ-צו-פארציילן.
ס'האט אים אמאל געזאגט א בחור 'אפשר טראגט איר זיך אפ פון דא?' רופט ער זיך אן במתק לשונו 'אז מ'רעדט שוין פון אוועק גיין, ס'איז אמאל געווען א איד........
נ.ב. קרעמער, איך וויל דיך נאר דערמאנען וועגן דו מעשה פןנעם אלטן, וואס די ביסט נאך שולדיג...
אז מ'רעדט שוין פון זאכען וואס האבן נישט קיין שייכות:
יעדן יום טוב וואונדער איך זיך;
פארוואס ברויך מען זאגען דעם "רבונו של עולם חלום חלמתי ואיני יודע מה הוא" צוויי מאל? איינמאל נאך וישמרך און איינמאל נאך ויחנך?
איך האב עס מיר פארענטפערט בדרך אפשר, אז די צווייטע "חלום חלמתי" איז געמאכט געווארן פאר די יעניגע וואס האבן עספיהט צו כאפן א דרימל צווישן "וישמרך" און "ויחונך".
וואס זאגט איר?
העוועמאיער איז געווען א מעיאר אין ניו יארק אין די 1870'גער יארן גראד נאכ'ן אונטערגיין פונעם אויבנדערמאנטן טוויד.
ניין קרעמער
גיי גלייך צום פוינט [היא גופא גזירה ואנן וכו']
פאר די וועלכע האבן זיך פארחלומט ביים ערשטן רבוש"ע אליין!
{צוריק צום ענין האשכול}
האט איר געוואוסט אז נאטורליכע געז האט נישט קיין גערוך?
די געז קאמפאניס לייגען אריין א סובסטאנץ אין די געז (MERCAPTAN) אז מ'זאל קענען שמעקן אויב ס'איז דא א געז ליעק (ח"ו).
יא איך האב געוואוסט!...
נאך א ווארט פון צעלימער רב ז"ל, דרשו ד' ועוזו בקשו פניו וגו', האט ער געזאגט דרשו ד' זיכט דעם אייבערשטן, וועט איר זאגן עס איז שווער, ניין ועוזו ס' איז איזי, בקשו פניו, מ' דארף נאר זוכן
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 12/10/2005 17:46:26
דער באטטאן וואס ליגט ביים עק גאס אויף די טראפיק לייט שטאנג, עס שטייט דערויף
to cross street press botton
האט איר געוויסט.....אז דאס איז גארנישט ווערט!
עס איז געמאכט בלויז צו האלטן די נערוון פונעם דורכגייער...
אגב, אין אויסלאנד ארבייט עס יא, לרוב.
אז נפחה האט זיך שטילערהייט געטוישט ניק
ניין. איך בין געכאפט אין א שאק און א סורפרייז. וואס איז די נייע ניק?
יישר כח ר' סושי פארן ברענגן צו אונז די ידיעה.
סושי;
כאטש איך בין אביסעל ברוגז אויף דיר פארן מיך נישט רופן צום קידוש, און אויך ווייל די האסט ארויפגעברענגט דעם אשכול "וליענטאאש משפחת היענטאאשי" צום אויבער-פלאך.
איך דריי מיך שוין ארום די לעצטע שטיקעל צייט מיט א פלאן צו דערמאנען יענטאאש אז ער איז אונז שולדיג די פארזעצונג אויף דעם, ס'האט זיך נאר נישט געמאכט קיין געלעגנהייט, און דא קומסטו פלוצלינג אן..... און טראך...................
האסט מיר צונישט געמאכט מיין גאצע פלאן.
האב איך אבער הנאה, אז די ביסט געווען דער איינציגסטער וואס האט באמערקט אז איך האב מיך געטוישט נאמען.
אדער קען גאר זיין אז די האסט גארנישט באמערקט, נאר קריינא דאגרתא איהי אמרנא..... ודוק, והמבין יבין.
וואס הייסט דאס קריינא דאיגרתא? האסטו - פענסטער - אים אליין דערציילט?
ניין, איך האב אים נישט פארציילט.
איך האב פאר א סיבה געשריבן והמבין יבין, און אויב די ביסט נישט און כלל פון יבין, ביסטו אויך נישט און כלל פון מבין.