היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א דערמאנונג פאר קרעמער

א דערמאנונג פאר קרעמער

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1613862

nafcha » 10/10/2005 23:31



איינער דא געדענקט נאך, אז 'קרעמער' האלט שוין אינמיטן שרייבן די מעשה מיטן אלטער מיט די קיטל. [בילד – נישט אפגעהיט]

זארעכפעפער » 10/10/2005 23:40

יא איך געדענק נאך...
האסט מיר אויסגעכאפט די דערמאנונג

אגב, איך האב געזוכט דעם אשכול פון די מעשה צו קענען דארט אריינלייגן מיין דערמאנונג פאר קרעמער'ן.
אויב עס איז מעגלעך לייג ביטע א לינק צו דעם אשכול

א דאנק

nafcha » 10/10/2005 23:43

איך ווייס נישט צו די מיינסט די לינק, אבער דא האסטו עס.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1588604&whichpage=3

nafcha » 10/10/2005 23:44

not2bz » 10/10/2005 23:52

not2bz » 10/10/2005 23:56

איך מיין אז די תירוץ גייט זיין עפעס אזוי

איך האב אפגעטייפט פיר זייטן אויף WORD און די גאגצע זאך האט זיך אויסגעמעקט

אדער

איך האב געוואלט צולייגן א סמיילי און אלעס האט זיך פארלוירן און איך האב פארגעסן וויאזוי מען קען עס צוריק ברענגן

זארעכפעפער » 11/10/2005 00:01

קודם שקויעך פאר די לינקס.
דערנאך פארוואס עפעס טראכסטו עפעס אזאלעכיגס אויף אונזער געוועזענעם ארענדער, אדרבה, איך טראכט אוקי גברא אחזקתי', ער וועט אונז מינאסטאמע צושטעלן עפעס א לאנגס און א ברייטס.

not2bz » 11/10/2005 00:08

איך ווייס נישט ווי לאנג די קענסט אים אבער איך געדענק אמאל שוין לאנג לאנג צוריק איז אזוי געווען ער האט געזאגט אז עס גייט קומען א גוטע מעשה נאך אלעם איז ער געקומען מיט אזא תירוץ אז עס האט זיך אויסגעמעקט


יעצט פארן דרוקן שלח תגובה דערמאן איך מיר אז עס איז געווען די ערשטע מנהל נישט קרעמער

התאחדות » 11/10/2005 00:14

דאס גייט נישט אזוי פאשעט מעדארף זעצען א בעס דין, בעראשעס אונזערן כאשובען דיין שעליטא, און דן זיין אויב אונזער אלטער קרעטשמער קען זיך אזוי גרינג ארויסדרייען, אולי דארף ער באצאלן מיט עפעס אן ענליכן סיפור אלס דמי פיצוי

זארעכפעפער » 11/10/2005 00:15

אגב
איך שוין לעצטענס אין א אנדער אשכול געפרעגט די קשיא.

פון ווי נעמט זיך טאקע, דער מורא'דיגער טעות וואס דער עולם האט כסדר, צו פארטוישן קרעמער'ן מיט הוטקע?

ווער ווייסט?...

זארעכפעפער » 11/10/2005 00:19

קוידעמ שאלעמאלייכעמ סאכדעס

דערנאך ס'גאנץ א גוטע אייצע וואס דו זאגסט.

מ'עמער ווארטן אויף קרעמער'ן און מ'עמער זען ווילאנג ער וועט אונז לאזן אויס הונגערן,
טאמער וועט ער אונז לאזן צו לאנג הענגען
דאן וועלן מיר אים לאזן רופן צי א זיצונג אין סאכדעס בעסדינ

nafcha » 11/10/2005 00:22

לכאורה נעמט זיך די טעות פון דא

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1527468

התאחדות » 11/10/2005 00:27

כבוד הדיין איך האב בעחלאל נישט געכאפט אז מיין נאמען האט א שאיחעס מיט א בעסדינ [בילד – נישט אפגעהיט]
ואלא יו מעיד מיי דעי
איך מיין טאקע מיר זאלן מאכן עפעס א געהעריקן בעסדינ

זארעכפעפער » 11/10/2005 00:30

איי מעיד יאר דעי,
שוין בארכאשעם נאך א זעכיס צום יאמאדינ, עפעס א קלייניקייט, מעכאיע געווען א ייד, אים געמאכט א גוטמוטיגן טאג.

בענויגיי-עה מאכן א בעסדינ דארפסטו דיך ווענדן צו די וואס האבן געמאכט דעם דעם דאייען...

התאחדות » 11/10/2005 00:32

אוי וויי דאנט טעל מי[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס מיינט אז מיין פלאן גייט קראכן

nafcha » 11/10/2005 00:33

דער וואס האט געמאכט דעם דיין דיין, איז שוין נישט מושל דא, היינט צוטאגס טו איך קאמאנדעווען דא.

פארשטאנען???

זארעכפעפער » 11/10/2005 00:39

נע כ'אב נישט געמיינט 'דער' פערזאן וואס האט געמאכט דעם דאייען
כאב געמיינט די 'שטעלע אין קרעטשמע' וואס האט די מעמשאלע צו מאכן דעם דאייען.

אגב
בעת יענער האט מוישעל געווען זענט איר דאך אויך נאר געווען דער מנהל משנה, איז וואס איז היינט אנדערש אז איר זענט מער מוישעל ווי בעת ההיא???

יענטאאש » 11/10/2005 00:39

סא חוצפה.......

סארא חוצפה נוראה כ'הא נאך אזאנס נישט געזען.....

ממש ווי די קליינע קינדער ווען די רבי גייט ארויס פאר א מינוט פון חדר און עטליכע קנאקערס זאגן 'קליינע רעבעלע מטט קורצע הויזן' און ס'איבעריגע קינדער שיסן ספאנטאן אויס אין א הילכיג געלעכטער..... קרעמער פארלאזט דאס קרעטשמע פאר א סעקונד און איר נעמט אים אויסטוען נאקעט....... אקעי נישט ממש נאקעט אבער איר פראקט אים אינגאנצן אויס.....

ווי נעמט איר די חוצפה אזוי צו באשמירן קרעמער'ן?.... ממש אזוי? ווייל ער שטייט שוין נישט ביים קאונטער מיטן פאס בראנפן מילא קענט איר אים שוין אזוי אטאקירן?....

האט ער געזאגט ער וועט באשרייבן און ער האט נאכנישט, איז וואס???... עק וועלט?.... ס'איז דאך פארט ימים טובים אויף דער וועלט.. ס'איז דא ווינציג צייט....

געדולד, געדולד.......

nafcha » 11/10/2005 00:44

זארעכ;

איך בין נאכנישט געווען דענסטמאל מנהל משנה.

יענטאאש;

בארואיגט אייך, כ'האב אים נאר געוואלט דערמאנען, איך האב נישט געוואוסט אז איך גיי אנמאכען אזא סומאטאכע דא.

יענטאאש » 11/10/2005 00:47

האסט נישט געוואוסט?... יא, אזוי גייט עס אלעמאל מיט די נפחא'ס, מ'מיינט נישט גארנישט, מ'וויל זיך נאר געבן א קליינע לופטער אויס, ס'עט גארנישט פאסירן קיינער וועט נישט וויסן... ווי נאר עס גייט ארויס ווערט שוין איינמאל א סומטאכע.......

זארעכפעפער » 11/10/2005 00:49

אה אקעי, אנטשולדיגט

כ'מיין ס'גארנישט אזא סעמעטוכע, אדעראבע, מיט ווי מער תגובות קרעמער וועט זיך באגעגענען אין דעם 'דערמאנונג אשכול', אלץ מער וועט ער הנאה האבן, וויסנדיג אז דער עולם קוקט ארויס נאך זיינע מאנסעס...

gishmoker » 11/10/2005 02:15

נפחא:

.... רבון העולמים יצרתנו נקבים נקבים חלולים חלולים גלוי וידוע לפניך חרפתנו וכלימתנו חרפה וכלימה בחיינו רמה ותולה\עה במותנו.

יענטאאש:

עס איז היצטעט פאר יום כיפור. נו מיר ווילן דערמאנען קרעמער'ן מוצא שפתיך תשמור.
וואס שרייסטו אזוי אז איינער זאגט עפעס
וואס שמעקט דיר נישט....

קרעמער » 11/10/2005 05:15

האלב פינעף שפאר איך אפ מיין אפיס, איך גיי אהיים זיך אויפפרישן נאך א שווערע טאג ארבעט. קום איך צוריק אין אפיס'ל אום אכט פינעף-ע-פערציג נאר צו זען אז איך האב פארפאסט א העפטיגן זאפטיגן שמועס אין קרעטשמע? איז דאס יושר? שוין נישט די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט. איך קען זיצן טעג און וואכן אין די קרעטשמע... און גארנישט! קיין מאג! קיין פיפס! אלעקס זיצט אין די זייט און זויפט, יאנוש קערט איבער און איבער, ער קראצט שוין באלד אראפ די דריטע שיכט פון די פארקעי פלאור, און קיינער באווייזט זיך נישט דאס פנים. איינמאל איך מאך א טריט ארויס פון די קרעטשמע... איך גיי צו צי די דערנעבנדיג ציגאר געשעפט זיך איינהאנדלן אביסל פאפיראסן... דאן געשעט דאס!!!! איבער צוואנציג שיכורים ריקן זיך אריין אויף איינמאל, טרינקן אויס אלע פעסלעך וואס איך האב אנגעגרייט אויף אויסצופאסטן מוצאי יום קדוש, פילן מיר אן די גאנצע געשעפט מיט תגובות... אין איין שעה גיסן זיי אויס איבער צוואנציג תגובות!!! פארוואס מוז דאס אלעס געשען פונקט ווען איך בין נישט דא? הא?

לענינינו. איך האב נישט פארגעסן פון מיין צוזאג. עס איז נאר דא א געוויסע עלעמענט פאר וועמען מען ווייזט נישט קיין האלבע ארבעט [בילד – נישט אפגעהיט], הגם קיינער פון אייך איז נישט אינערהאלב די דאזיגע קאטעגאריע [בילד – נישט אפגעהיט], אבער דאך האב איך געקלערט אז איך וועל עס נישט ארויפלייגן ביז עס וועט זיין פיקס-פארטיג.

אבער איך קען אייך אזויפיל זאגען, אז אי"ה מארגן - יום שלש עשרה מדות - וועט איר שוין האבן די געלעגענהייט צו ליינען די שפאנענדע ערציילונג אויף וואס איר אלע קוקט שוין לאנג ארויס: דער אלטער מיטן קיטל!

יענטאאש » 11/10/2005 13:05

שוין...... כהאדעך ענק געזאגט, אביסקעלע געדולד, זעסטאך וואס ער זאגט, ער איז געגאנגען שאפן אביסל פאפירוסן, שוין, האסטעך די גאנצע מעשה, אי"ה שלוישעסרעמידעס איז דא 'דער אלטער מיטן פיקל.... עם... כ'מיין מיטן קיטל'.....

nafcha » 12/10/2005 03:20

יענטאאש;

די האסט מיך פארשעמט, כ'וויל זאלסט מיך איבערבעטן, אקעי?

יענטאאש » 12/10/2005 04:33

כ'האב אים שוין פארשעמט אויך......

אקעי איך זע שוין, אל תוכח 'נפחא'....