משגיח מן החלונות=פענסטער
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1642083
פום פאראפאם פום פאראפאם טירירירירירירירי קומט יעצט אריין די נייעס אין קרעטשמע - געמאלדן דורך סושי123- אז אונזער חשוב'ער מנהל משנה ר' פנחס נפחא שליט"א האט זיך געטוישט ניק צו 'פענסטער'.
לאמיר אים אנווינטשן אסאך הצלחה מיט זיין נייע ניק, זאל ער טאקע קענען זיין דער ריכטיגער משגיח מן החלונות, אכט געבן אויף די קוואליטעט פון די קרעטשמע, און די שויבן זאלן זיך נישט שפאלטן טראץ די פראסטיגע ווינטער וואס ערווארט אונז.
באזונדער וויל איך אים אפגעבן א יישר כח גדול פארן נעתר זיין לבקשתינו ולבקשת אנשי שלומינו און זיך טוישן דעם ניק. כמאמר חז"ל: מעולם לא עברתי על דברי חבירי (שבת קי"ח ע"ב).
איך בין דוקא נישט צופרידן מטעמים וואס איך האב שוין געזאגט -געשריבן- אין אנדערע געהענגליך, און עוד מטעמים הכמוסים, אשר על כן בעטן מיר פון דיר טייערער נפחא געב נישט אויף
ווען דו רעדסט צו נפחא איז כאילו דו רעדסט צו הוטקע... די מענטשן עקזיסטירן שוין נישט. גיי רעד צום דופן (כמבואר ברש"י ברכות ח' ע"ב: אזנים לכותל).
אוי ואבוי לנו איך האב געהאפט אז מ'וועט נאך וויסן אין קרעטשמע פון וועמען זיך אוועקריקן ווען ס'שמעקט נישט גוט, נפלה עטרת ראשינו
התאחדת זאג נאר די ארבייסט נישט היינט
לויט ווי איך געדענק האט התאחדות געשריבן ערב יום טוב אז ער זיצט און ווארט אז די טעלעפאנען זאלן זיך צוקלינגען. ווייזט אויס אז איינער פון זיינע מיטארבייטער האט ליב צו ליינען וואס ער שרייבט אויף היידפארק, האט ער געמאכט די רינגער זאל זיין OFF............................................
נישט געהעריג פארוואס פרעגסטו???
התאחדות ט';
לייג ארויף די פאון אויף די הוק... איך פרוביר שוין צו רופן די לעצטע זעקס שעה... און איך הער טעטעטעטעטעטעטעטעטע
אזוי קוקט אויס איינער וואס ארבעט נישט פאר 2 וואכן
התאחדות
התאחדות ט' מיינט טייערע (אזוי מיין איך)
מ.ב.קרעמער נאך א מזל אז דו האסט מיר דערמאנט, איך וואונדער מיך פ"וו איך באקום נישט קיין קאל פון מיין באוס געווענדליך רופט ער יעדע צוואנציג מינוט, איך האב אנגעהויבן צו טראכטן אפשר וויל ער אז איך זאל שרייבן אויף היידפארק ממילא וויל ער מיך נישט שטערן, ער מיינט אפשר אז זיין ביזנעס נעים ווערט אדווערטייזט ווען איך שרייב א תגובה, אבער איצט האב איך מורא אז ער האט אויך געהערט וואס דו הערסט שוין פאר די לעצטע 6 שעה....[בילד – נישט אפגעהיט]
וואטס דאון וואס מיינסטו שוין דארט פאר וועמען זאגסטו אריין אין אויער וואס התאחדות ט' מיינט??
פריער האב איך געזען אז עס האט גענומען צו לאנג ביז די האסט געכאפט זיינע ראשי תבות האב דיר געוואלט ארויס העלפן
איך בעט דיר איבער[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער נעקסטיים ווען דו רעדסט צו מיר קוק אויף מיר, איך בין אפשר נישט אזוי הויך אז דו וועסט נישט קענען זאגן וואטס אפ, העכסטענס וועסטו זאגן וואטס דאון
סושי;
דו מיינסט מיר? איך האב טאקע נישט געארבעט פאר צוויי וואכען. אבער וואס הייסט 'אזוי קוקט אויס'? וויאזוי קוק איך אויס?
התאחדות איך רעד יעצט צו דיר
איך בין דיר מוחל
באלד גייט פענסטער קומען פרעגען פארוואס די האסט מיך נישט איבער געבעטן דא
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1610454וואטס דאון איך האב גראדע געטראכט פון דעם בשאסען דיך איבערבעטן, אבער איך האב זיך בארעכנט אז דאס איז נאר געווען פאר יום כיפור, עבר זמנו בטל קרבנו טאמער ווייסטו וואס דאס מיינט, [בילד – נישט אפגעהיט]
אויב נישט וועט שוין קרעמער שרייבן אדער זאגן א לאנגן הסבר
נו, פארשטייסטו? אדער ברויך איך געבן דעם הסבר אלץ מצוה לשמוע דברי חכמים. אדער: מעולם לא עברתי על דברי חבירי.
קרעמער,
איך האב גערעדט צו דעם יונגאטש וואס לויפט דיר נאך היינט יעדע מנוט,
איך רעד יעצט ווייטער צו דיר התאחדות
געווענליך ווייס איך טאקע נישט וואס די לשון קודישע אדער אראמישע ווערטער מיינען אבער יעצט ווייס איך יא
וואטס דאון צו וועמען האסטו גערעדט אינצווישן?
סושי אפשר לויפט ער מיר נאך?
מ.ב.קרעמער פרעג נישט אזא שאלה, מאך מיך נישט אזוי גרויס איך בין נישט אזוי קליין, בעסער אלס מעולם לא עברתי
התאחדות ב';
איך האב דיר ליבערשט פארגינען דעם חכם טיטול ווי דעם אנדערן חי"ת... סורי/סארי/סליחה/אנטשולדיגמיר/סיוואופלעי
אגב;קיינער לויפט נישט קיינעם נאך... צוויי אידן וואס האלטן נאך א וואך נישט פארברענגן אינאיינעם גיבן זיך אויס איינער אויפן צווייטן אין די קרעטשמע...
איך בין דיר מוחל מ.ב.קרעמער
יאסקזאל עטא חאראשא / דאנט ווארי
איך האב נישט פארשטאנען דעם חאראשע, וועלכע שפראך איז דאס?
דאס איז רוסיש
יישר כח.
ברויכסטו חלעב? מיר גייען זיך שוין אט אט וואשן צום סעודת אסרו חג.
דַא? אדער ניעט?
דא יאחטשו עטא כלעב, דייציטי פאזשאלאסטא דאוויי
תוקן על ידי - התאחדות - 27/10/2005 23:51:32
ביטע טייטש מיר דאס איבער (אדרבה, לערן מיר אויס רוסיש, איך גלייך זייער שפראך). די אותיות קען איך אביסל, אבער נישט די שפראך.
דא = יא
יא = איך חטשו= דארף
עטא = דיעזע
כלעפ = ברויט
דייציטי = גיב דאס אהער
פאזשאלאסטא = ביטע
דאוויי = געגאנגען
יישר כח!
איז עס אמת אז רוסיש פארמאגט אסאך אויסדרוקן פון לשון הקודש?
איך זעה למשל 'עטא' מיינט אזוי ווי 'את ה'
ביי די זאך זיי איך דאס נישט אבער ס'יז דא געוויסע ווערטער וואס זענען ממש די זעלבע, איך רעדט שוין נישט פון אידיש לדוגמא
יאחטשו עטא פראסטא כלעפ
מיינט צו זאגן איך דארף די פשוט'ע (אידיש פראסטע) ברויט
די אידישע ווארט פראסט שטאמט מסתמא פון רוסיש.
אבער לשון הקודש איז פון די ארגינעלע זיבעציג שפראכן. און איך האב אמאל געהערט אז רוסיש האט זייער אסאך באגריפן פון לשון הקודש.
אגב - התאחדות - ס'איז שוין נאך זעקסע. א גוטע נאכט. אויף ווידערזעהן.
איי עם נאט סאו שאר אפשר געציילטע
העלא חברה;
עליכם שלום, איך זיץ דא מיט א באלאגן פון ארבעט, און איך קען נישט הנאה האבן פון די געשמאקע שמועסן דא, איך האף אז אויף מארגן וועל איך קענען מער פארברענגן דא. והוא רחום יכפר...
===
קרעמער;
ווען מ'רעדט צו נפחא, איז עס נישט ממש ווי מ'רעדט צו הוטקע, (אפשר האסטו טאקע וועגן דעם געלייגט דריי פינטעלעך כזה... ???) ווייל נפחא שרייבט דא, נאר מיט א אנדערע ניק, משא"כ הוטקע...........???????????
פענסטער וואס איז די באלאגאן שינוי השם פארלאנגט אזויפיל ארבעט, דו דארפסט דאס מפרסם זיין אין די צייטונגן
פענסטער;
כ'זעה אז האסט טאקע געטוישט נאמען אבער נישט מענטאליטעט... געדענקסט נאך וויאזוי מען געט א טשעפע...
עניוועי, מחול לך פארן נישט ערשיינען היינט צום טיש, אבער וועסט עס מוזן משלים זיין מארגן אדער אן אנדערן טאג.
התאחדות;
די באלאגן איז נישט די שינו השם, נאר פשוט איך בין אויך נכלל און די קללה, פון בזיעת אפך תאכל לחם.
===
קרעמער;
צו טשעפענען האב איך מיך געלערנט פון דיר.........
סאו ווילאנג די הערסט נישט אויף, וועל איך אי"ה אויך נישט אויפהערן...
איך וועל פרובירן משלים צו זיין.
דערמאנסט מיר א מעשה וואס איך האב נעכטן געהערט (מוצאי יום טוב). דער סאטמאר רבי זצ"ל האט אמאל ארויסגעווארפן א בחור פון זיין ישיבה צוליב געוויסע מעשה קנאות וואס דער בחור האט געטאן. דער טאטע פונעם בחור איז געקומען צום רבי'ן און גע'טענה'ט: קנאות האט ער זיך ביי 'מיר' נישט געלערנט, אפשר ביי 'אייך'... אלזא זענט איר שולדיג אין די גאנצע געשעפט.
דער רבי האט הנאה געהאט און צוריקגענומען דעם בחור.
איך האב מיט דעם נעכטן אויסגעטייטשט א מעשה שהיה. אבער איך קען עס נישט דא שרייבן צוליב תקנות הפורום.
איך שטעל משקה צום טיש, לכבוד די נייע 'פענסטער' געטוישאכטס אין די קרעטשמע.
לחיים... לחיים...
לחיים זארעך, לחיים....
קודם די גאנצע שמועס דא פון התאחדות ט' מיט וואטס אפ האב איך נישט פונקליך פארשטאנען איך האף אז ענק יא.
איך וועל מיך נישט יעצט מאטערן דערויף.
קרעמער,
איך זעה נישט דא קיין טשעפע, בלויז א לייכט ווערטל. איך לכשעצמי אז איך וויל ליינען עפעס שטעכעדיגס כאפ איך מיך אריבער ביים שכן חדשות אנש.
פענסטער,
איך בין מיך ממש מחי' מיט די נייע גרויסע פענסטער דא אין קרעטשמע, איך האף עס וועט זיך גוט אויסלופטערן פון די אמאליגע אנגעלייגקייט דא.... די שטיקעדיגע לופט.....
אויב שוין יא נייע פענסטער זאל מען שוין מאכן טינטעד אדער וואן סייד מיראר, כדי די דרויסענדיגע זאלן נישט אריינקוקן אין פנים אריין.......
..... המממ.... איך עס יעצט סטראבעריס....אוי ווי גוט.....
מיר ארבעטן אויף אידיש. וועל איך נאר פרובירן איבערטייטשן: אויף אידיש זאגט מען דאס 'יאגדעס'.
קרעמער;
גראדע האט גישמאקער געשריבען יאגדעס, נאר איך האב עס געטוישט צו סטראבערי'ס, ודוק, ווייל אייגענטליך, וועם אינטערסירט אז ער עסט יעצט סטראבערי'ס?.
וואס הייסט דו האסט געטוישט? איך זעה נישט קיין 'תיקון על ידי קרעיטשמער' וכדומה?
קרעמער;
איך ווייס נישט צו די האסט באמערקט אז איך האב צוגעשריבן "ודוק, ווייל ווער איז אינטערסירט צו וויסען אז גישמאקער עסט סטראבערי'ס?" .
אויב די וועסט כאפן פארוואס גישמאקער האט דעס געשריבן, וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.
איך בין שוין אינגאצן צומישט... דו האסט געשריבן/געשמאקער האט געשריבן/יאגדעס/סטראבעריס/ווייסעכוואס
עס ברענגט מיר שוין באלד ארויף דעם טעם פון דעם געשמאקען בלובערי שטרודל וואס איך האב פארניכטעט דעם פארגאנגענעם חול המועד. אוי איז דאס גוט געווען.
איך האב גראדע יא געכאפט פארוואס געשמאקער האט זיך דערמאנט פון די סטראבעריס ווען ער האט געזעהן די נייע פענסטער זיך עפענען ביי אונז אין קרעטשמע 'ודוק'
מיין ליבליכער פענסטער
רבו עלי דברי חבירי, איך גיב אויף אז דער עולם וויל בעסער א פענסטער ווי איידער נפחא, וועל איך מיר אונטערגעבן, און יעצט מעומק הלב וואונטש איך דיר א הייסע ווארימע:
מזל טוב
איך האף נאר אז אפילו ווינטער וועט די פענסטער זיין אפן, נישט אז מיר זאלן בלייבן אנגעזעצט מיט א נפחא, ודוק (איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט נאר מטעם רבו עלי חבירי שרייב איך עס אויך)
הקריאה מעורר הזמן
הקול מעורר הכוונה
אתערותא דלתתא
פחתו לי פתח... ואני אפתח כפתחו של אולם