היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » משגיח מן החלונות=פענסטער

משגיח מן החלונות=פענסטער

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1642083
בלאט: 1 2

קרעמער » 28/10/2005 19:25

בן הרחמן;

פרש דבריך. איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין. אפשר וואקסן די יאגדעס אינדרויסן פון די קרעטשמע און ווען מען עפנט דעם פענסטער קומט אריין די פרישע ארוימע (זיך צו באנוצען מיט 'נאטורליך'ס אויסדרוק) פון יאגדעס?

אגב, מען דארף אכט געבן ביי די יאגדעס, ווייל איך געדענק פון די מעשה ביכלעך וואס איך פלעג ליינען ליגענדיג אויף דער ערד מיט די פיס אויף ארויף אנגעלאנט אויף די וואנט ביי מיין עלטער באבע וואס האט געוואוינט אין בעיסמענט אז עס זענען פאראן 'ווילדע' יאגדעס וואס עס איז א סכנה צו עסן...

תוקן על ידי - קרעמער - 28/10/2005 19:47:11

פענסטער » 28/10/2005 19:34

קרעמער;

געב א קוק וואס איך האב דא געשריבן, אפשר וועסטו אביסל בארייכערן דיינע ידיעות.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1496424&whichpage=2

קרעמער » 28/10/2005 19:50

וואס גייט פאר מיט מיר? איך געדענק נאך ווען איך פלעג אלעס כאפן (אפילו פעטש), און פלוצלינג בין איך געווארן אזא תמ'עלע אז איך הייב נישט אן צו כאפן אפילו נאכדעם וואס מען צייגט מיר פונקטליך וואו איך קען געוואויר ווערן. וואס קען איך טאן? איך הייב נאך אלץ נישט אן צו כאפן וואס איר שרייבט דא.

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 28/10/2005 19:52

מ.ב. קרעמער
איך האב מורא אז דאס איז זייט דו האסט אנגעהויבן מיט מיר א פארקער

פענסטער » 28/10/2005 19:53

די ג' ש' ק' פ' וכו'........ קאל מיך אן, איך האף אז ווען כ'וועל רעדן צו דיר, וועסטו יא פארשטיין.

===

אויפן פארלאנג פון קרעמער האב איך עס מתקן געווען

תוקן על ידי - פענסטער - 28/10/2005 20:05:53

התאחדות » 28/10/2005 19:54

נאו לפי ידיעתי וועט דאס נישט העלפן

פענסטער » 28/10/2005 20:03

פון ווי ווייסטו? האסט געטרייט???

קרעמער » 28/10/2005 20:05

פענסטער;

דיינע ווערטער פאסן נישט אין אונזער פורום. זיי מוחל נעם דאס אראפ.

איך מיין בכלל נישט מיין כבוד דא [בילד – נישט אפגעהיט] נאר די כבוד פון די קרעטשמע און די קאלעגע גולשים, ווי קאמעראד התאחדות. [בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 28/10/2005 20:20

אפענע פענסטער; אז איך שרייב שוין יא אמאל מיט א זיכערקייט, יעמאלט ווייס איך וואס איך רעדט
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויסערדעם האב איך דיר פארגעסן צו פרעגן צו די 4 אותיות אין דיין תגובה מתוקנת האט עפעס צוטאהן מיט די דריידל אויף חנוכה?? אפשר האט דאס עפעס מיט די ג'וש'פ'נק'א פון התאחדות

תוקן על ידי - התאחדות - 28/10/2005 20:22:17

gishmoker » 28/10/2005 21:49

אלעס דרייט זיך דא ארום גישמאקער, אוי ווי גוט....

נאך נאך, געטס מיר נאך אביסל......

mefikel » 6/11/2005 18:48

יעצט בייגעפאלן!

פאר אזא נפחא ברויך מען טאקע פארמאגן א פענסטער

מ'זאל עס נאר קענען עפענען, ווען ס'פעלט אויס!

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - mefikel - 06/11/2005 18:47:53

פענסטער » 6/11/2005 20:32

מפוקל;

איי עם סארי, אבע דיין ווערטל האט שוין געשריבן דיין שכן (?) התאחדות דא.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1496424&whichpage=2

התאחדות » 6/11/2005 21:36

נו איך האב נישט געשריבן איסור השגת גבול, אדרבה נעמט מיינע תגובות און באנוצט זיך דערמיט מיט אייער אייגענעם נאמען, דער עיקר נישט לייגן אויף מיר וואס איך האב נישט געשריבן
בלאט: 1 2