.....איך זיך דיך - נומער 2.....!!!!!!!!!
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1649260
הויכבאשפריצטער ראש הקהל – הער יענטאאש וואו זענט איר???????????????
מיר זוכן אייך!!!!!!!!!!!!!
מיר קענען נישט אזוי ווייטער אנגיין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 01/11/2005 2:51:50
גם אני מצטרף:
איך וועל זיך בארגן א לשון פון די פאריגע וואכעדיגע סדרה:
אַ יֶ כָּ ה
???
וואו זענט איר
???
גם אני מצטר... אהה! איך זע אים! קוק קוק דארט דארט דארט קוק.........!!!!!
אויפן אויבן..... העכערן אויבן האט ער זיך אויסגעצויגן אויף די שטרוי........!!!!!!!!
ער וויל זיך אנווארימען פון די קעלט אביסל...
זאג אים עס איז שוין צוריק ווארעם ער קען שוין ארויסקומען...
די קעלט איז נאר געווען צוליב די האריקאנען אין די דערנעבנענדיינגע סטשטאטן .........
אחוץ וואס מיר זוכן מיט לעכט אונזער הויכבאשפריצטען
ראש הקהל - הער י ע נ ט א א ש
וועלכער האט זיך נאך דערווייל נישט באוואוזן אין קרעטשמע זינט אויס יאנטעף.
און צוגאב זוכן מיר אויך אונזער
כאשעווער ערעב מאטעס איינס
פון ישראל לאנד
ערעב מאטעס וואו זענט איר אונז פארשוואונדן געווארן??? ענדליך וואנדערט שוין אריין צו אונז אין קרעטשמע א ישראל ייד און בומפס... מ'הערט נישט פון אייך, מ'זעט אייך נישט,
וואו זענט איר???
כאשיווער דאיען ער האט שוין געמאכט זיין געלד איז ער צוריק געפארן אויף ישראל
און וואס איז געשען מיט אונזער אלעמען באליבטעער מפוקל?
ער פלעגט אלץ ארויפברענגן א שמייכעל מיט זיינע זכרונות פון חדר און פון די אלטע אידן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
לב-לי
ווי ביסטו?
איך וויל אויך ארויפקלעבן א קליינע געלע פאוסט-איט נאוט אויף די השבת אבידה בולעטין-באורד:
בי-חסיד, יונגאטש ב"פ וואו זענט איר מיינע טייערע פריינט???
לאמיך פרובירן מיין מזל ...
גם-זו גם-זו גם-זו !!!!!!!!
איינער האט אים געזען ערגעץ??
גישמאקער ווי אזוי זאגט ליפא:
גם זו לטובה.........[בילד – נישט אפגעהיט]
Krammer my dear friend, i will punch my time card to show you that i am here
בבאא!!!
פעדעקס, איך האב מיך באהאלטן און א קלאזעט, הע!
יישר כח בי-חסיד;
וועלקאם בעק מפוקל;
==
א קורצע שמועס וואס מען קען זיך פון דעם אסאך אפלערנען. עס איז נארוואס פארגעקומען צווישן מיר (מיטן נאמען 'יאנקל' אויף גוגעל טאלק) און 'התאחדות':
התאחדות: אוקיי איך גיי שוין אהיים
yankel: א גוטע נאכט
(א קורצע אויסטויש צווישן מיר און אים)
yankel: זיי מיר
התאחדות: נו דו ביסט עפעס מגיב איצט
yankel: וועסט שוין ליינען מארגן
גיי דיר, שיץ קעצעלע
התאחדות: ניין איך ווארט נאך
yankel: דאן שרייב איך נישט
אין נאמען פון דיין ווייב אין קינדער: גיי אהיים!!!0
לך לך
גיי פאר דיינעטוועגן
להנאתך ולטובתך
התאחדות: אוי ענדיג שוין דיין תגובה דארט
די וואך איז דאכצאך נח
yankel: איך ווארט ביז דו פיצט אפ פון דאנעט
==
נו, וואס מיינט איר? ער האט אפגעפיצט, אבער נאך ווי...
איך בעט זיין משפחה זאל מיר אריינשיקן א 'טיפ' אויף מיין PAYPAL אקאונט.
דו שגץ איינער איך בין נאך דא קיין איין פיאסטער נישט
די קליינע קאפ ווי ביסטו???????????
אונז ווארט מיר נאך אויף דיין אנאליז פון "דאס זיידענע העמעדעל".
שלמה זלמן ווי ביסטו???????????
מענטשעלע ווי ביסטו???????????
אונזערע אידישיסטן, ווי זענט עטץ פארשוואונדען????????
בענקל34 ווי ביסטו???????????
שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר.
(איך האף אז די האלטסט נאך אן קאנטאקט מיט קרעמער, אין תיבה אישית, אדער אי-מעיל)
גיוואלד וואו איז אונזער הויכבאשפריצטער כאשיווער דאיען ערעב זארעכפעפער, ער האט שוין לאנג נישט געפאסקענט קיין שאלעס
זארעכ זארעכ וואו ביסטו
זארעכ זארעכ וואו ביסטו
אונז זוך מיר דיר שוין זייער לאנג
דער גראף זוכט נחמן_נטע'ן דעם האלץ האקער, עס האט זיך פונקט אויסגענוצט די אנגעגרייטע קלעצער האלץ, און מען ברויך זיך ווידער אנסטאקן פארן לאנגן ווינטער.
נחמן נטע וואו זענט איר???
אךךך... קיינער זיכט מיך נישט, איך האב שוין נישט געשריבן פאר צוויי טעג אין א צוה.... [בילד – נישט אפגעהיט]
פענסטער;
יעדער פארשטייט דיר, א בעל שמחה האט גאר אנדערע הלכות דא אין די קרעטשמע.
זייט נישט אזוי בייז ווייל...
פארשטאנען האט דער עולם
אז פענסטער איז נישט קיין גולם
ווען ער געט עפעס א זאג
איז עס קלאר ווי דער טאג
נאך א ברית און וואך נאכט
דערמאן זיך געב נאר א טראכט
דו האסט געשריבן ערגעץ וואו
אז דו דארפסט נאך אביסל רוה
זכור לך עתה
אתמול אשר דברת
אבער דאס איז זיכער
צו עפענען דעם פענסטער גיכער
האט מען שטארק געווארט
יעדער האט אויף דעם געגארט
ווייל נפחא האט זיך דא שפירן געלאזט
מיט נפחאלייטיס מאכלע האט די קרעטשמע געבאסט
מיט דעם טוה איך אויסרופן מיט א קול
וועלקאם בעק צו די קרעטשמע יו אר דע בעסט אוף אלל
און איצט קום איך אן ווי א ברייטער מחותן און איך רוף אויס:
נאטורליך!!!!...... אוואו ביזטו פארשוואונדן???!!!!!..... מיר זוכן דיך!!!!!!!!!!!.........
מיין בעה"ב האט א גרויסען חשד אז איך שטיי אינטער די געשרייבעכץ, ער האט מיר געוויזען די צעטלען פונעם טאג ביך, ער איז אינגאנצען צומישט. ער איז אויפען שוועל פון מיך אנשרייען..
איך ווארט עד יעבור זעם. איך האף אז דער זעם וועט זיין נישט מער ווי א שינת הסוס וד"ל.
עס ווערט מיר גוט... וואס קענען מיר טאן ארויסצוהעלפן? אפשר זאג אים אז איך האב עס געשריבן...
די קלערסט אז איך האב אים דאס נישט געזאגט?
הער אויס ער האט צו גוט אראפגעלייגט דעם באלעבאס, סיגייט נישט אזוי פשוט, שטעל זיך פאר אז דו טרעפסט א מעשה אין די מעלות וואס איז ביי דיר געשעהן, -אזוי ווי סיהאט ליידער פאסירט- איך מיין וואלסט געפלאצט פאר כעס, נו פארשטיי מיר איהם, נאטורליך זאג דיין באס, אז מיין באס ענדלט זייער אין איהם'ן, סאו מ'קען זיך טועה זיין, ער זאל נישט זיין באזארגט.
התאחדות;
דערצייל אונז ביטע, וועלכע מעשה אין די מעלות איז פארגעקומען מיט דיר? איך האף אז נישט ביי די שלום בית ארטיקלן.
די מעשה איז נישט געשעהן מיט מיר, קוק אין די בריוון די חודש, וועסטו טרעפן, איך האב דאס נאר צוגעברענגט אלץ די בחינה פון הטקסט שלך כאן הטקסט שלך כאן
נישט געזארגט, כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה אי"ה. אבער איך מיז אנהייבען ווייניגער רעדען פון אים.
האט מיר א חשובער פען-פאל געשריבען א בליץ בריוו אז איך זאל טוישען ארבייט נאר לכבוד דעם, ער וויל נישט פארפאסען מיין שרייבעריי. מיט אזעלכע פריינט ווער דארף פיינט.
דער חשוב'ער פען-פאל איז נישט געווען איך!
פרעג דיין באסס אויב דו מעגסט ווייטער שרייבן פון זיין באסס (ווייב).
אוי איז דא אסאך צו שרייבען פון איהר. אבער דאן ריזיקיר איך מיט מיין דזשאב במלוא מובן.
ועוד חזון
I have a feeling that Kremer is Natirlich's boss.
Can somebody do something to make me thing differently?
זיסע גאל....
איך קען נישט אויפהערן לאכן
קען מיר איינער מאכן אויפהערן?
ר' קרעמער, עמו אנכי ב"לאכען"
קרעמער - נאטורליך
אז מ'כאפט אייך איינמאל ביי די מאסע, לאכט מען??
איר דארפט צו וויינען, אויך מיר א ביזנעס, א גאנצן טאג זיצן אין קרעטשמע, יאך פארשטיי שוין פון וואנעט נאטורליך האט מיר געהאט צו געבן די טויזענטערס פון אונטערן מאטראץ, מארגן קויפט ער א דירה, וכו' וכו'.
קרעמער אהער מיט די מעשר.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נו, וואו ביסטו התאחדות, איך שטיי שוין דא צוויי שעה מיט אויסגעשטרעקטע הענט!
נתן מאה ואחד
אוואו ביסטו פארשוואונדען אפשר איז געווען דיין יום הולדת לעצטענס, אבער מעגסט זיך שוין קריק באווייזן, איין זאך וואס איך האף נאר אז דו ביסט נאכנישט געווארן מאה ועשרים, אויב יא (ח"ו) וויל איך נישט זאגן ווייטער....
איך מיין סיז א רחמנות אויף אזא קינד, הגם דו האסט איהם טאקע געהאט א יאר שפעטער ווי אברהם אבינו, -גענוג אלט, ניין?- אבער מעגסט נאך זעהן נחת אויך.
נתן איז מסתמא פארנומען מיט די הכנות פאר די פדיון הבן פון זיין זוהן.
אבער וואו איז פענסטער? מאכט ער אויך א פדיון הבן?
האלאו! בארואיג דיך, כ'בין געהעריג דא.
נאר אזויווי ס'האט געהערשט א שרעקליכע פראסט אינדרויסען, האט מיר מיין מאמע אנגעזאגט נישט צו עפענען די ווינדאו.
איי וואס איז יעצט, קשיא.
איך האב זיך עכט גע'דאגה'ט אויף דיר... איך האב געמיינט דו האסט "פאוסט-פארטאם-דיפרעשן" (אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט).
קרעמער;
איך ווייס וואס דאס מיינט, און א חלק פון מיין נישט דא זיין האט צוטין מיט דעם אויך. [בילד – נישט אפגעהיט]
התאחדות, ווי ביסטו? איך זיך דיך שוין א גאנצען טאג, כ'האב אפאר וויכטיגע שאלות וואס דארפען ווערן פארענטפערט.
דאונט ווארי איך וועל נאך צוריק קומען צו דיר קודם ברויך איך ענפערן פאר ערעב זארעכ איבער די כוח האטאם
הממממעכעם.... (קלאר איך זיך אויס ס'האלז ביים מיקראפאן...).
בשם כל הקהל הקודש, וויל איך נאכאמאל אויסרופן מיט א ויצעקו צו אונזער געערטער נאטורליך:
מיר לעכצן נאך א גוט ווארט! זאג עפעס!
איך דדריי מיך ארום שוין עטליכע טאג מיט א שמאטעלע איך זוך דעם דיין ערעב זארעך !
נישטא וועם צו פרעגן דא !
התאחדות איז פארנומען מיט די אטאם באמבע יעצט ...
ערעב זארעכפעפער אוואו זענט איר
קומט ארויס פון די בעהעלטעניש אייערע !!
איר ווייסט וועם איך זיך, אן ערפאלג????
מיינס א באליבטער שרייבער שאול קליין.
די צייטונג האט שוין נישט קיין ארטיקל פאר די לאנגעסט טיים.
איך זיך דיך שאול! און איך באדויער דיך! יעצט איז שוין טאקע נישט דא וואס צו ליינען אויף אידיש.
כ'זעץ מיך יעצט שרייבן א הספד אויף מיין אידיש געליינאכץ!!!!!
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
שאול איננו, ועוורידזש אנא בא?
דו האסט אין דעם קליינעם ארטיקל געמאכט עטליכע גרייזן וואס אנבאלאנגט די אידישע שפראך.
האסט געשריבן איך "זיך", אנשטאט איך "זוך".
און "דיך" שרייבט מען "דיר".
אפשר נישט?
לויט ווי מיין פויעריש קעפעל פארשטייט,
שרייבט היינט שאול אין די קינדער בליק
אפשר נאר אמאל ?
ווער ווייסט
געשמאקער מיר ווארטן אויף געשמאקע תגובות פון דיר, אפשר ביסטו גאר דער אור אייניקל.
התאחדות וואס גייט פאר מיט דיר, ער האט דאך געשריבן אז ער גייט אויף וואקאציע.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1704556