גראף גראף כע כע כע,
קייכן זיך ווידער פאר געלעכטער אלע,
ביזט מיר א גאנצער מבין אויף אידישע הספדים,
די גוי גיי דיר צו אלע רוחות און שדים.
ראש הקהל גראבער בעל גאה
קענסט נישט פארנעמען א צווייטן'ס דעה
ווען איינער ווייזט דיר אן א גרייז
מאכסטו פון יענעם א גאנצע שפאס
גוי ארויף גוי אראפ
האסט געגרייזט דיין נאז וויש דיר אפ
גראף;
אז דו ווילסט רעדן פון גרייזן,
לאמיר דיך נאר אנווייזן,
'גאה' מיט 'דעה' איז נישט קיין גראם לגמרי,
נאר ווען מען זאגט עס כדאמרי,
ווי אויך 'גרייז' מיט 'שפאס' איז קיין גראם נישט,
סאו קענסט זיך אפווישן מיט די זעלבע טישו וואס איך האב זיך אפגעווישט.
פעך
וועך
איך ברעך
דו ביסט פרעך
כ'לאך,
אסאך,
דו קראך,
ביזט מאט-שאך,
לאך נאר לאך
טאנץ ביזן דאך
דער עיקר איז דאך
ווער עס געט דעם לעצטן לאך
נו דער ראש הקהל דער געשעצטער,
ער לאכט דער לעצטער,
כא! כא! כא! כא! ווי עס באדארף צו זיין,
אוי ס'איז אונז גוט און פיין,
קענסט שוין אויפהערן דיין געלעטער
דער גראף האט שוין געגעבן א קלעטער
אוועק צו אלע רוחות און בלעטער
לאמיר האפן ער וועט נישט צוריקקומען שפעטער
גוט קרעמער,
איך לאך נישט מער,
לאכן ברויכסטו נישט
אבער זיי נישט צומישט
נוץ דיין שכל
נעם נישט אראפ דעם שמייכל
לאמיך אויך דער פויער
נישט זיין אזוי זויער
נאר געבן א לאך ברייט ווי א מויער
איך האף מ'וועט עס נישט זיין באדויער
כל זמן איך נאך דא הויער
און אלעס גייט מיר פונקט קאפויער
ממש ווי קערי און גויער
אוי ווילאנג נאך וועט דאס אזוי געדויער
א מזל איך בין נישט באשאנקן
נאר מיט א גאפל געווארן כמעט דערטראנקן
ווען יא וואלט איך נישט יעצט געקליקט
און אין קרעטשמע אריינגעבליקט
ענדערש זיך געלייגט אין בעט
פרישע כוחות זיך גרייטן כדי צו עסן צו דער זעט
כדי צו ערענערגירן די מאסלס
און נאך א טאג ארבעט אריינצוכאפן ווי די פאזלס
צו שלאפן צו האבן כוח
צו קענען ארבעטען מיט א קלארן מוח
צו אנפילן דעם קאנטע גאר הויך
צו קויפן די זאכן וואס איך ברויך
צו קויפן עסן אויך
צו האבן אסך כוח
צו ארבעטן מיט א קלארן מוח
וכו' וכו' אן קיין ציל און ?
איך קען אויפן ארט
נישט טרעפן א ווארט
וואס באדייט "ציל" און אויפן גראם
פון די "ויך" משפחה צענעזאם
ווער עס האט זאל שטעלן דארט אריין
איך וועל אים דאנקבאר זיין
שוין כמעט פארגעסן
וואס איך וויל מיט דעם תגובה פרעסן
אבער מאכט נישט
כל זמן עס זאגט נישט גארנישט
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
היי עוורי באדי, איך בין נישט דא לעצטנס געהריג נישט צום ליינען און אודאי נישט צום שרייבן, פשוט ווייל איך בין ביזי יעדן טאג חנוכה צו עסן פאנקען און מנורה קאקיס געדיפט אין טשאקלאד ביי א 'חנוכה פאדי', איין טאג מיט מיינע געשוויסטער מיט וועם איך טרעף זיך עניוועי יעדע צווייטע טאג, און א צווייטע טאג ביי א 'קאזינס חנוכה פאדי', און מיט וועם מיינט איר שמועס איך ביי די פאדי? יא איר האט צוגעטראפן: מיט מיין שוואגער וועם איך האב נעכטן געטראפן ביי די ערשטע חנוכה פאדי.......
שוין וואטעווער, ס'איז א פארווייטאגטע נושא. העמיר זיך זען אי"ה. ביי.