---די "יענטאאש העלאו דעפארטמענט"---
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1651026
טייערע חברים, ידידים, מעריצים, חסידים, מתנגדים, פארעהרעהרס, שעצערס, קרומערס, ליינערס, קריטיקירערס, און סיי וואסערס:
אזויווי איך בין לעצטנס זייער זייער זייער אסאך מאל משוגע'דיג, אבנארמאל, צודרייט, טויט ביזי, אזש אז איך האב ממש נישט קיין צייט צו קומען אפילו אויף אפאר מינוט כאפן א טרינק, דעריבער עפן איך די 'יענטאאש העלאו דעפארטמענט', ווי איך וועל אריינסטאפן אין די זמנים הביזי'ם הקשים, אך ורק בלויז צו זאגן א קורצן 'העלאו' און אפשר עטליכע נאטיצן.
- קודם כל העלאו יעדער איינער.
- נפחא-פענסטער, איך ווייס דו האסט געמאכט א שינוי השם אבער ביי מיר בלייסטו א נפחא לעולמי עולמים עד ביאת המשיח.
- נאטורליך, איך ווייס אז דו האסט געמאכט אא שטיקל 'גליטש', אבער דו בלייבסט נאך אלץ ביי מיר דער בעסטער שרייבער.
- מ. ט. ג. ה. ו. ר. ש. ד. ר. התאחדות, שכויעך פארן קעפן ביזי דעם פורם.
קרעמער, אן עקסטערן פערזענליכן העלאו פאר דיר.
- סושי, פענסטער, איך ווייס אז איר וואר אויפן פארזעצונג פונעם 'יענטאאשי' ארטיקל, אבער איר מוזט מיר אנטשולדיגן, אן ארטיקל וואס איך האב געגרינדעט בדם לבבי, און עס האט געדארפט ווארטן חדשים לאנג אויף א תגובה גיי איך נישט פארזעצן.
- נאט-טו-ביזי, תוקן ע"י יענטאאש.
אזוי ווי מיר ווילן זייער אז ווען דאס ביסל צייט ערלויבט אייך זאלט איר 'כאטשיק' דעם אשכול יא פארזעצן...
דעריבער שרייב איך שנעל אריין דא א תגובה, כדי שלא יאמרו...
זארעעחך, העלאאווווווווו!
יענטאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאש
אנדערש ווי אלע אנדערע קרעטשמע ליידי/גייער און קומער/קרומער, האב איך די פריוויליגיע צו האבן דיין פריוואטן אי-מעיל אדרעס, און/אדער דיין סאטאליט פאון וואס דו נעמסט מיט ווען אימער דו גייסט אויף דיין גוט פארדינטן וואקאציע אין די הרי אררט {אגב: זעה אין תרגום אז דאס איז אין קורדיסטאן!}, האב איך כסדר די געלעגנהייט אויסצוטוישן מיט דיר אינפארמאציע און הערן דיינע טיפזיניגע ראש-הקהל'ישע ווערטלעך און מעשה'לעך.
אבער טאקע דערפאר ווייס איך וואס די אנדערע מיטגלידער פארפאסן דא מיט דיין אפוועזענהייט, און איך בין זיך משתתף מיט די רוף פון אלע אונזערע מעמבער'ס:
קער זיך צוריק צו אונז!!! און נישט סתם אזוי, נאר מיט א פרישקייט!!!
ברוך הבא יענטאש, מיט דיין שרייבען אז איך האב געמאכט א גליטש האסטו דיך אינגאנצען אויסגעגליטשט.
רבים קמו עלי איך זאל עפענען א בלאג, ידידים האבען זיך אנגעטראגען צו קעירנעמען פון די טעקניקעל חלק.
אלענספאלס, גיט דיך צו ווידער-זעהן ביי אונז אין קרעטשמע, קום לייג צו א האנד מיר שניידען שוין האלץ פאר די קאלטע ווינטער נעכט הממשמשים ובאים.
שנשמע ונתבשר.
נאטורליך;
מאכסט מיר וויינען [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
גיי נישט אוועק
פליעז
PLEASE
ביטע שעהן
יענטאאש;
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך ווער אויס נפחא, כ'האב מיך נאר געטוישט מיין ניק, נאך דרוק פון מיינע גוטע פריינט.
BUT I AM STILL THE SAME OLD NAFCHA
=====
גם אני מצטרף עם קרעמער, נאטורליך; פליז פארלאז אונז נישט.
העלאו יענטאאשששששששש, איך פריי מיך דיר צו זען,
נאר פון וואנעט ווייסטו צו קומען פונקט יעצט ווען מען רופט דיך?
ביי מיר בלייבט פענסטער אויך ווייטער נפחא,
ניצוץ אחד יוצא ממפוח שלך ושורף את הכל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאטורליך פליז בלייב דא, אפילו אויב דו גייסט אוועק זאלסטו צוויי זאכן :
שיק א לינק צום בלוג.
פאוסט עס ווייטער דא כאלו לא הי', דע את אשר ידעוך!
יענטאש
איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט מיך בכלל באמערקט[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
הוי......... כ'האב שוין נישט קיין כח צו די ביזי'אישקייט מיינע.......
עניוועי, העלאו חברה, וואס מאכט איר עפעס?....
קענעהארע, איך זע ס'איז פיל געווארן דא... נייע חברהלייט רעכטס און לינקס,
שלוםעלייכעם יעדער איינער!, איך בין דער ראש הקהל דא.
--------------------------------------------------
- נאטורליך ניין,
עס קען אזוי נישט זיין,
דו טארסט נישט אוועקגיין,
און אונז דא איבערלאזן אליין,
מיט דעם וואס איך האב געזאגט 'גליטש',
האב איך נישט געמיינט דיך אריינצו-ווארפן אין א דיטש,
איך בין נישט אזא -יטש,
----------------
-זארעעכךךךךךך, יעצט זע איך ביזטו פארשווינדן געווארן, זזזזזאאאאארררעחך!!!!!!!!
א גוטע וואך, א מזלדיגע וואך, א וואך מיט ישועות, א וואך מיט רפואות, א וואך מיט אסאך געלט!.
א וואך וואס:
-חיים-חייקל זאל ברענגען גענוג וואסער אויף צום טרינקען.
-נחמן-נטע זאל ברענגען גענוג האלץ אויף צום הייצן.
-קרעמער זאל ברענגען גענוג נייעס צו פארציילן.
-נאטורליך זאל ברענגען גענוג סחורה זיך צו באלעקן די פינגער.
-יענטאאש זאל האבן גענוג צייט צו שרייבן (ביזדערווייל שוואכע שאנסן).
יענטאאש
איך מיין אז דו אלטס נאך אין מיטן א זיסן 'חלום'.....
וואס ראש הקהל...!!! ווען ראש הקהל...!!!
קוק זיך גוט ארום,
מ'האט דיך ביטער שרעקליך ארויס געבריקעוועט פון די הנהלה !!! און כדי חלילה זאלסט זיך נישט צוריק אריין כאפן, האט מען אריין געשרויפט אף דיין פלאטס א פענטסטער מיטן להט החרב המתהפכת...
און די חולם'סט נאך אז דו ביסט ראש הקהל...
איך האב מורא אז דו ביסט גאר נישט אזוי ביזי.דו ליגסט נישט מער ווי אין טיף טיפע שלאף...
מה לך נרדם?
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
תוקן על ידי - חי_וקים - 06/11/2005 10:05:56
קענסט שרייען ווי 'חי וקים' ס'וועט דיר גארנישט העלפן!
'ראש הקהל' בין איך געבוירן און 'ראש הקהל' וועל איך שטארבן!
יא לאמיר זען! קענסט אריינקומען אין קהלס אפיס?!
אדער קענסטו מעקן ?!
איך פארשטיי ביי דיר אין ט... ביסטו ראש הקהל...
-------------------
וואו בין איך ראש הקהל דו געשמאקער מלוה מלכה???!!!!!
אבער נאך וואו איך קען אריינגיין אין קהל'ס אפיס!!
תוקן על ידי - kraitchmer - 07/11/2005 2:35:43
נאכאמאל!!!!!!
'ראש הקהל' בין איך געבוירן און 'ראש הקהל' וועל איך שטארבן!
ווען איז די לוי'?
[בילד – נישט אפגעהיט]
אוי מה היה לנו
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
חי וקים נאדיר אזאנס[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט מיין איך דאס ערנסט. אויב דער ראש הקהל קען זיך נישט אראפנעמען פינעף מינוט צייט אריינצוקומען אונז באגריסן, אפילו אין זיין אייגענע העלאו דעפארטמענט, וואס איז ער ווערט? איך וויל מען זאל שוין מאכן וואלן!
שווייג שוין דו איינער!!!!!!!!!!.........
איך בין דא! איך בין דא!........
גראף קיין וואלן וועט דא נישט פארקומען, אויב יא וואוט איך סיי ווי פאר יענטאש.
[בילד – נישט אפגעהיט]
זאל מען יא מאכן וואלן!
איך בין אפ וואן נאטינג, נו עולם וואוטס!.
איר ווילט מיך יא צו ניין?.
YANUSH votes yes yes
the good ROSH HAKOOL saved my job here
GO YABTUSH GO (no stay here) he is the best
איך האב נישט קיין צייט, אבער איך הער אז ס'איז דא וואלען, בין איך שנעל געקומען וואוטען.
ניין!!!!!!
יעצט גיי איך אווק פון דא, און די אלע קללות און בזיונות פון יענטאאש, העל איך שפעטער אויפפיקען.
הויכגעשעצטער רוישהכאהעל
וואט עווער יו סעי, יא וואלן איז יא.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט וואוטן פאר אונזער כאשיווען יענטטטטאאאאש, אבער יאך וויל דאך נישט אז מ'זאל זאגן אז סיקומט פאר פראוד ביי אונז אין קרעטשמע, (מיר דארפן דא נישט די גאנצע עף בי איי) סאו וועל איך זיך איינהאלטן צו וואוטן, היות יאך האב שוין געוואוט איינמאל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארמאך דעם פענסטער דארט!!!!!!!!......
עה.... איך מאך נאר א וויץ, יעדער מעג שטימען וויאזוי ער וויל, ס'איז נישט קיין פראבלעם, אויב העל איך פארלירן די וואלן געב איך אויף.
נאו יענטטטאאאש
סיז דא א האלאחע פון ריקאונט, זייט נישט באזארגט, געט נישט אזוי שנעל אויף, אל תתייאש.
מיר דארפן דיך נאך דא האבן
יא.....................יא....................יא...............
אבער שרייב פליז מער אפטער........
אין נאכאמאל איך וואוט יא
...יא אר דע בעסט...
תוקן על ידי - פארברענגן - 17/11/2005 23:55:50
פארברענגען;
דו האלטסט שוין ביי 'אפטער'? די וואלן זענען אויב איך זאל נאך שרייבן בכלל, וויפיל וועט מען שוין נאכדעם זען.
יענטאאש
FOUR MORE YEARS
FOUR MORE YEARS
FOUR MORE YEARS
FOUR MORE YEARS
יענטאאש;
איך ווייס נישט צו די ווייסט, אז די וואלן זענען נישט צו די זאלסט ווייטער שרייבן, ס'איז נאר צו די זאלסט בלייבן ראש הקהל אדער יא... אויף דעם האב איך געוואויט ניין, אבער צו די זאלסט שרייבן דא, מאכט מען נישט קיין וואלן, צו די ווילסט יא, צו די ווילסט נישט.
איך וועל מיט דיר פעסטער פענסטער,
נישט אריינגיין אין א געפעכט פון ווערטער,
אבער דו באשלוסן בנוגע וואלן,
באלאנגט לויט אלע פאר דעם ראש הקהל'ן,
דו ביזט דא נישט מער ווי דער אונטער שמש בלויז,
וועלכער קלינט און רייניגט אויף דאס הויז,
באשלוסן זענען געמאכט פאר אנדערע אינגאנצן,
און אז עס געפעלט דיך נישט קענסטו פאר כעס טאנצן,
גיבט אפ אייער שטימע ליבע אידן,
און אויב איך וועל פארלירן וועל איך קאנסידן.
הרב יענטטאאש אונזער אלעמען באליבטן רוישהאכאהעל מעתה ועד עולם
ערשט נעם זיך נישט צום הארצן, פון דעם קומען קערער פענסטער, ער איז נאר אן איינציגער.
צווייטענס ווען מ'שרייבט דו באשלוסן באלאנגט עס צו שרייבן אט אזוי
די באשלוסן, מיט א אידעלע
יאך מיין אז קרעמער האט דיר שוין מסביר געווען די זאך.
תוקן על ידי - התאחדות - 18/11/2005 0:31:27
אמת, ווארע רייד מ. ב. ק. ר .ט. ר. ע. סאכדעס...
צווי תירוצים:
1) כ'האב געמאכט א טעות. (וואס איז ריכטיג).
2) חסורי מחסרא: ס'וואלט געדארפט צו זיין א 'קמה' נאכן 'דו', וואס דאן וואלט זיך עס געליינט:
דו (מיין איך צו זאגן 'דו נפ... כ'מיין צו זאגן פענסטער..), באשלוסן בנוגע וואלן וגו'....
יענטאאש;
די זאלסט מיר נישט זאגן אונטער וועמענס האנט ס'ליגט די באשלוס צו מאכן וואלן, ווייל אז איך באשליס יעצט סתם אזוי אויסצומעקן אלע דיינע געמויזעכץ, הברירה בידי.
ידך (איז אזויפיל ווערד) כידי, וידי (איז אזויפיל ווערד) כידך, סאו ******.
=====
איך הער נישט וואס זאגסטו?
תוקן על ידי - פענסטער - 18/11/2005 0:40:17
----------------
לייג גוט צו דיין אויער וועסטו הערן.....
תוקן על ידי - יענטאאש - 18/11/2005 0:41:34
==============
אזויווי דעס האט יענטאאש מתקן געווען און נישט די קרעטשמער, נאר טעקניקלי קען נישט דא שטיין תוקן ע"י יענטאאש, במילא האב איך אויפן פארלאנג פון יענטאאש, געמאכט אויסקוקען ווי כאילו ער האט עס (נישט) מתקן געווען.
תוקן על ידי - פענסטער - 18/11/2005 0:49:38
יענטאאש;
איך לייג צו מיין אויער...
תוקן על ידי - פענסטער - 18/11/2005 0:52:54
מיין שטומע שטימע ווערט אפגעגעבן אזוי:
יענטאאש זאל פארבלייבן ראש הקהל, אבער ער זאל זיך נעמען מער שרייבן
ואמר כל העם אמן!!!
אזוי ווי איך נישט גערינער דא, נאר זיך ריבערגעכאפט פון דע רוסלאנד דארטן. איך נישט קענען אפגעבן מיינע שטימע אויף א געהעריגן אופן נאר דורך די עבסענטי בעלאטס.
איך בעט דע ראש אלקאהאל צו שטעלן אזעלכיגע שטים בודקעלעס (אבער נישט קיין שטומע... ווייל מען הערט זיי נישט...) דארט וואנעט די וואלן קומען פאר, ווייל איך אויך קענען שטימען, און נישט געגעסן צו שטימען...אוי נישט פארגעסן... געמיינט צו זאגן.
נא... הער פויער.. מאכט נישט אויס...
דא אין די קרעטשמע איז יעדער א 'היימישער'.... און יעדער איז שטים בארעכטיגט..... (אבער אונז גלייך מיר נישט דא ווען מען בלייבט שטים...).
אזוי ווי עך זעה עס קומט דא פאר גרויסע וואלן מיט מחאות (כמעט וואס מען צווינגט צו וואטען),
אשר על כן האב באשלאסן אויך אריינצו-ווארפן מיין שטים/שטום צעטל אינעם קעסטל, איך האף אז קיינער טשיט נישט אריין וועלכע קנעפלעך איך גיי אראפדרוקן,
אקעי לאמיר פארמאכן די פירהאנג קיינער קען שוין נישט קוקען...
אה דא איז די נאמען פון מיין אלטן ידיד פון דערהיים אין די אלטע קרעטשמע וואס מיר פלעגן אינאיינעם פארברענגען אויף די פארענדיגע בענקלעך אין קהל'ס אפיס נאך אין די אלטע צייטען, אונזער אלעמען באקאנטן שתלדן מר.
יענטאאש,
וועל דא אראפריקן דאס קנעפל אויף
YES
ובזה יצאתי ידי חובתי בגולמי.
======
אז מען רעדט שוין פון שטימע\שטומע, האב מיך דערמאנט אז אמאהל איז געווען דא אין איינע פון די געהענגלעך א גאנצע מדובר צו שרייבן הייסט ווי רעדן אויב סווערט אויסגענוצט די ווערטער וכו' וכו', האב איך פונקט געזעהן אז עס טוהט זיך א גאנצע מדובר אין די ענין צו שרייבן הייסט ווי רעדן, עי' בפרדס יוסף אנהייב פרשת יתרו אויפן פסוק (יח, ו) ויאמר אל משה אני חותנך יתרו בא אליך וואס דער רמב"ן און גי מכילתא לערנען אז ער האט איהם געשריבן א בריוו, און ער ברענגט דארט צוזאם א אריכות בנוגע די ענין, און ער ברענגט בשם החתם סופר זי"ע אין מס' גיטין אז מען קען זאגן ויאמר אויף כתיבה, און נאך גאנצעטע שאלות בנוגע שבועה, אויך ברענגט ער דארט פון רע"ק איגר זי"ע א שאלה אויב איינער האט אין די ימי הספירה געשריבן היום ל"ג בעומר צו עס ווערט גערעכנט ווי ער האט שוין געציילט, עיי"ש באריכות גדול, האלאו חברה, איך האב געזעהן אז מ'קען דא מאכן א תנאי אויך ביים וואויטען, במילא טשענדש איך מיין מיינד.
אויב יענטאאש נעמט זיך מער שרייבן זאל ער בלייבן ראש הקהל, איך בין אפי' גרייט איפצוגעבן מיין קוימען-קערן פאסטן, אז ער זאל זיך נעמן מער שרייבן.
יענטאאש: ערנסט גערעדט, אויב נעמסטו דיך צו שרייבן אזויווי די ערשטע צוויי דריי וואכן וואס די ביסט דא געווען, מאכט מען דיך צוריק פאר מנהל משנה.
פענסטער;
דו גוטע צייטן פון אמאל זענען ווארשיינליך פארטיג.
איך וואלט אויך ווען געוואלט מאכן געלט פון שרייבן א גאנצן טאג אין די קרעטשמע..... די צרה איז אבער אז עס גייט נישט אזוי...
בנוגע די מנהל משנה פאסטן; דאס איז א זאך וואס איך האב אויפגעגעבן מדעת עצמי, און איך נעם דאס מילא נישט צוריק. די מנהל משנה פאסטן באלאנגט פאר די וואס האבן צייט צו טון פאקטישע ארבייט אין די קרעטשמע, א זאך וואס ווי אויבן ערווענט פארמאג איך נישט, במילא דו בלייב ווייטער מנהל משנה און איך ראש הקהל (אויב איך מאך די וואלן).
איך שטים אזוי ווי הרב קרעמער.
דהיינו, יענטאאש ראש הקהל, אבער די מוזט (שיין געבעטן א'יא?) מער שרייבן.
אונז בענקן נאך דיינע ארטיקלן.
לאמיר אלע זאגן העלאו פאר יענטאאש, אונז האמיר די זכי' (?) אז ער האט אריינגעפאפט ביי אונז און קרעטשמע.
העלו
און וואס ווייטער
קוק וואספארא הספד ער האט אראפגעלייגט, אינם דערנעבנדיגן אשכול.
פענסטער, וואט אר יו טאלקינג אבאוט? דו מיינסט אז נחמן נטע איז גאר דער ראש הקהל? וואס איז מיט דיר? אזא טינטעד ווינדאו פארמאגסטו אז דו קענסט נישט וויסן אויב עס איז טאג אדער נאכט דינסטאג אדער מיטוואך? נחמן נטע איז נחמן נטע און יענטאאש איז יענטאאש.
אויסער אויב דו רעדסט פון יענטאאשעס "געלעטער" דרשה, וואס קען נישט ווערן אנגערופן קיין הספד, ניטאמאל איז עס ווערט פאר א פורים שפיל. האלטס ענק מיט ענקער ראש הקהל, כי כי כי כי כי, איך קאקעל מיר פאר געלעטער.