היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ***איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער...***

***איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער...***

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1701402

יענטאאש » 5/12/2005 00:08

נישט לאג צוריק אין א שבת נאכמיטאג זיצענדיג איבער א טעללער פיינעפל און ליינענדיג א צייטונג, האב איך באגעגנט א מעלדונג פון א די -לאמיר זיי דא אנרופן- 'פאשאכאווער מוסדות', ווי זיי אנאנסירן אז זייער יערליכער דינער וועט פארקומען יענעם און יענעם מוצאי שבת, אין יענעם און יענעם 'באולם', און זייער אורח הכבוד וועט זיין עמיצער -לאמיר אים אנרופן- 'הרבני הנגיד המפורסם ר' בונם פעפערקארן הי"ו'.

איך רייב זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, צו זע איך גוט? בונם?! בונם פעפערקארן??!!, וואס?!!!.

איך קען דאך דעם בונם'ען פון חדר נאך, געווען א לאצי, געווען יעדנס פאפי, וועמען ס'האט זיך געגלוסט פון איינעם צו טרייבן שפאס איז ער געווען דער אדרעס. ווען אימער ס'האט געשטינקען איז ער געווען דער בלאזער. ווען אימער מ'האט געוואלט עמיצן באשולדיגן ביים מלמד איז ער געווען דער קרבן. אלעמאל געווען דער 'גנב' ביי 'פליס גנבים', און 'איט' ביי 'באהאלטן'....

קיינער האט לעבן אים נישט געוואלט זיצן אויפן באס. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט לערנען בחברותא. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט שפילן. שטענדיג איז ער געזעצן אפגעזונדערט פון אלע און גערעדט צו זיך אליינס דראמענדיג מיט די הענט אויף א טיש ביים קארנער.

געגאנגען איז ער שטענדיג אנגעטאן מיט א הויז וואס איז געעווען ברוינליך שמוציג פון אונטן און וואס האט געהאט א צעריסענער זיפער צוזאמגעהאלטן מיט א סעיפטי פין. די הויז האט זיך געהאלטן מיט לויזע הויזן טרעגער, און ער האט געטראגן אן אפגעריבענער העמד אין וועמענס טאש עס איז געלעגן אן אלטער 'מעמאו פעד' און א 'שליסל האלטער' וואס ער האט גע'ירש'נט פונעם עלטערן ברידער.

אפילו דער מלמד -אפגעזען פון די פילע דרשות וואס ער האט געהאלטן פון רבי עקיבא און זיינע תלמידים וועלכע זענען אוועק וועגן טשעפען- האט זיך אויך כסדר אויסגעגעבן אויף דעם אומשולדיגן רחמנות פון חדר, ביי יעדן פארהער, יעדן זונטאג, און סתם אזוי א פארוואלקנטער טאג, אלץ האט ער געכאפט מכות מיט א תירוץ פארן באבע'ס קאץ אדער ניטאמאל דאס, בעת אלע איגלעך האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן וויאזוי דער רבי וועמען זיי האבן אזוי פיינט געהאט טרייבט ליצנות פון דעם 'חדר קנעכט'.....

זיין שווארץ מזל האט אים ווייטער באגלייט אין די ישיבה יארן.

געווען דער ציל ברעט יעדן שבת זכור בפני כל הקהל. אויב האט ער פרובירט האבן א מיינונג איבער א נושא האט עס אים געקאסט צרות פאר א וואך. אויב האט ער פרובירט זאגן א וויץ האט עס אים געקאסט צרות פאר צוויי וואכן. אלץ האט מען אים באשולדיגט אלס דער מסור קעצל, און ווידעראום ביים מנהל האט מען אים גאר באשולדיגט אין די בארדעריי.

אז האט ער געוואלט זיצן אויף א טיש ביי פרישטאג האט ער געברויכט ברענגען די מילך, ברויט, פעפער, זאלץ, קארן פלעקס, און אויך זיין גרייט צו כאפן די וויצן אויף זיין חשבון נישט נאר בפה, נאר אויך אויב האט איינער געוואלט מאכן א יסורימ'דיגער וויץ ווי צב"ש אריינלייגן זאלץ פאר עמיצן אין די 'סיריעל מיט מילך' אדער אין די קאווע, איז ער געווען דער קרבן, און אויב האט ער געוואוסט וואס עס איז גוט פאר אים האט ער נאך געברויכט מיטלאכן אויכעט אדער עס וואלט אים געקאסט אסאך טייערער דער שפיל, ווייל ער איז א 'בעיבי' וואס פארשטייט נישט און פארנעמט נישט קיין דזשאוק...

אין די גרויסע ישיבה איז אים קיין סאך בעסער נישט געווארן, אפילו דער מגי"ש האט אים גערודפט ווייל מ'שטיינס געזאגט ער איז א פארדארבענער אינג. די טיען עידזשערס האבן זיך נישט געוואלט חבר'ן מיט אים ווייל עס וועט זיי שאטן צו שידוכים. אויף אים איז געווען מותר צו זאגן שלעכטע אינפארמעישאן ווייל..... עם...... כ'ווייס אליין נישט אבער מ'מעג...., אין דער ענדע האט ער חתונה געהאט מיט עמיצן פון ווייסעך וואו, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

דעריבער פארשטייט איר טאקע אליין פארוואס איך בין אזוי אויפגעשפרינגען ווען כ'האב געזען אז דער בונם-שמונם איז גאר אן 'אורח הכבוד' היינט צוטאג, נע -האב איך געטראכט- ס'איז זיכער נישט ער, ס'איז מן הסתם א צווייטער.

זונטאג מיטאג האב איך אבער באקומען א פריוואטער טעלעפאון רוף פון הרעבאני הנגיד ר' בונמ'ן אליינס, און ער האט מיר געזאגט קלאר און דייטליך אז יא, ער איז 'אורח הכבוד' ביי יענעם דינער, און ער לאדענט מיך פערזענליך..... שוין נו וואס איז שייך רעדן... העמיר גיין צום דינער...

איך זיץ דארט ביים דינער, יא, דארט אויבן אן זיצט ער דארט דער -שוין היינט צוטאג- 'ערעב בונם זאל זיין געזונט' און שמייכלט. כ'באטראכט אים אזוי, פון ס'ראץ אונטערן נאז איז נישט געבליבן קיין זכר, אויף זיין פלאץ איז דא היינט א שיין געשטיצטן שנויצל, וועלכער ציט זיך שיין אראפ ביז אונטערן פיסקל פארמענדיג א שיין גביר'יש בערדל. דארט וואו עס איז אמאל געווען דער באלי-היט וואס יעדער האט געמעגט צעקראכן איז היינט צוטאג דא א שיינעם גראדן היט מיט געבויגענע זייטן. אויפן פלאץ פון די אמאליגע לויזע הויזן טרעגער איז היינט דא א הערליך געפאסטן טייערן גע'קעסטל'טן רעקל. און אויפן פלאץ פון די פארדזשאוועטע פוירפל העמעד איז היינט דא א שיינעם 'ווייט אן ווייט' גע'סטארטש'טן העמד מיט קאפלינגס ביי די הענטלעך....

געענדיגט מיט דעם לאצי בונם.... היינט איז דא אן 'הארעבאני האנאגיד ערעב בונעם זאל זיין געזונט' וועמען אלע אדמורים רבנים און דרשנים ביים דינער פרובירן איבערשטייגן איינער דעם אנדערן ביי די דרשות מיט שבחים, אז איינער זאגט 'הוידל' זאגט דער צווייטער 'בוידל'. אז איינער זאגט 'הוא גופיה צורבא' זאגט דער אנדערער 'תורה וגדולה במקום אחד'. אז איינער פארטייטשט אויף אים א 'סיפורי צדיקים' פארטייטשט דער צווייטער א מדרש, און דער דריטער א פסוק חומש, און דער פערטער א זוהר..... און בונם??? ער שמייכלט מיט עניוות מעשה נגיד.......

ער אליין האלט אויך א דרשה, ער פארמאגט שוין נישט דעם פארשטאפטן נאז, און אויך נישט דעם אונטערן נאז'ישער קול, ער רעדט פעסט און קאנפידענט, ער זאגט תורות, גמרות, מדרשים, מיינונגען אין חינוך, שלום בית, פארציילט סיפורים און זאגט ווערטלעך. און דער גאנער עולם מיטן אויבן אן בראש שמייכלט ווען ער וויל מ'זאל שמייכלען, שאקלט צו מיט איינשטימונג ווען ער וויל מ'זאל איינשטימען, קרעכצט ווען ער וויל מ'זאל קרעכצן, און דערנאך באווארפט מען אים מיט 'שכח'ס' ווען ער איז פארטיג אויף די העכסטע טענער, און מען שמועסט נאך אפילו איבער די דרשה מיט אים נאכדעם....

יעצט ווער איך געוואויר אז ער איז גאר פון די ראשי הקהילה, פון די הנהלת המוסדות רוחניות און גשמיות, ער נעמט קעיר פון אלע ערליי מצוות און עבירות, ער איז פון די קאמיטעען איבעראל, און ער איז גאר א תלמוד חכם אויך פאר גאד סעיקס....

יא יא, וויאזוי זאגט שמעלצער:

איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער, ווען עס קומט צו געלט.....

פענסטער » 5/12/2005 00:53

יענטאאש;

ס'איז זייער א שיינע מעשה,[בילד – נישט אפגעהיט] ....דאכצעך אבער אז די שמויגער ביסטו גאר...ניין?

תוקן על ידי - פענסטער - 05/12/2005 0:52:19

יענטאאש » 5/12/2005 00:58

פענסטער;

הלואי..... ווען איך בין ווען דער 'שמויגער', בין איך דאך דער 'טויג ער' ווען עס קומט צו געלט אויך.....

תוקן על ידי - יענטאאש - 05/12/2005 0:57:21

יין_שרף » 5/12/2005 01:26

טייערע ראש הקהל קודם נאדער אזוינס

[בילד – נישט אפגעהיט] ס'איז A-1

---
און יעצט לגופו של ענין:

"יעדער" שמויגער פאר זיך טויג ער.
אמת!. כיודה ועוד לקרא. פארוואס זאג איך אזוי? אט לייען און הער:

קאטשענ'דיג זיך פאר געלעכטער, בשעת איך האב געליינט דעם ערשטן העלפט פון דיין ארטיקל, ווי דער אזויגערופענער בונם וועלכער - איז מ'שטיינס געזאגט דער היינטיגער הויכבאשבריצטער אורח הכבוד - איז אין זיינע חדר/ישיבה יארן אלעמאל געווען דער נעבעכ'יל און דער שעיר לעזאל, איז מיר באלד אויפגעקומען אויפן געדאנק הרבני הנגיד ר' ..., און איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן צו דו ביסט נישט דער ווער עס איז געזעצן נעבן מיר, ביים רונדיגן טישל, ביי יענעם דינער צו וועלכן דער 'אורח הכבוד' האט מיך אויך געלאדענט...

אבער אין המשך פון דיין ארטיקל, צוקומענדיג צו דעם בונמ'ס היינטיגע צורה, האב איך באלד געטוישט מיין מיינונג. ווייל דער ... (פון וועם איך רעד) האט אנשטאט זיין אפגעריבענעם פארלאטעטע הויזן און ברוינעם העמד און אפגעריבענעם צוריסענעם קאפל וואס ער פלעגט טראגן בימים ההם, האט ער היינט צוטאג א שיינעם געביגלטן בלויען אנצוג, מיט א צוגעפאסטן קאפילוטש וועלכער שטייט אים אזוי שיין אויפן שפיץ קאפ, שיינע גאלדענע ברילן, און א שיינעם לאנגען נגידי'שן בארד וועלכע ליגט אים אזוי שיין אויסגעלייגט אויף זיין באַכ'ל.

דעריבער בין איך געקומען צום אויספיר, אז מיר רעדן גארנישט פונעם זעלבן 'בונם' און:
"יעדער" שמויגער פאר זיך טויג ער...

אינטערסאנט איז נאר, אז "יעדער" שמויגער טויג פאר זיך אקוראשט גענוי די זעלבע.
זעט זיך אויס אז ביי די שמויגערס יוניען שמועסן זיי זיך אפ, אז יעדער זאל טויגן דאס זעלביגע...

תוקן על ידי - יין_שרף - 05/12/2005 1:30:01

קרעמער » 5/12/2005 02:57

איך האלט נאך אינמיטן ליינען דיין הערליכן באשרייבונג - יענטאאש - איך וויל נאר אריינהאקן מיט א קורצע פראגע;

דער מלוה מלכה איז פארגעקומען מוצאי שבת, יא? דאן פארוואס איז אונזער בונם'ל געגאנגען מיט א היט?

יענטאאש » 5/12/2005 03:02

קרעמער;

כאילו דו ווייסט צו וועלכע קרייז איך אדער -פאר דעט מעטער- 'בונם' באלאנגט......

ווער זאגט ער גייט אין א שטריימל שבת?...

קרעמער » 5/12/2005 03:20

אקעי שוין... איך האב גארנישט געפרעגט.[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 5/12/2005 05:22

איידער איך רעאגיר צום עצם ענין,
פארוואס איז דער אשכול אן עגונה ?

נאטורליך » 5/12/2005 05:25

איך האב גראדע אויך מיטגעהאלטען דעם דינער, נישט ווייל איך האב מיט ר' בונם'ן א גרויס פארקער, נאר די הנהלה פון פאשאכאווער מוסדות האט מיר שטארק געבעטען איך זאל קומען זיין פון די קלאטשער'ס ווען מעט גיט בונם'ן איבער דעם פלעק. נו וואס טוט מען נישט פאר א רייניש און א פיינער סאפפער. דער מוצאי שבת איז לאנג, לאמיר גיין מהנה זיין א איד.

וואס זאל איך אייך זאגען, ר' בונם זעהט מיר אויס ווי א עשיר מבטן ומלידה, די גאלדענע גלעזער אויפ'ן שפיץ נעזעל זאגט עדות אויף א רייכער מאן מיט פארצווייגטע געשעפטען וואס פארמאגט הויכע שטאקען אין אונזער שכינות'דיגער מאנהעטען. דאס רינדיג פנים גיט צו צום מייעסטאטישקייט און דער גאלדענער קייטעל וואס הענגט פון וועסטעל צייגט אויף א ר' בונם וואס איז פארבליבען אויפ'ן זילבערנעם טאץ זינט זיין פדיון הבן.

מען האט אים געזעצט אויבען אן, אלע מכובדים רייכען מיט אים דער האנט, אונזער באליבטער יענטאש שטייט און קוקט צו מיט א האלבער שמייכעל, ער פרובירט זיך האלטען מיט דער גאנצער ערענסקייט, נישט גלויבענדיג וואס די אויגען זעהן דא. קען דאס זיין אונזער יאקעלע בונם? אונזער נעבאכעל פון חדר? פרעגט ער א חבר.
לאמיר הערען די דרשה, אפשר איז עס גאר א קאזין.
ר' בונם זאגט ויתן לך און מאכט זיך נישט זעהעדיג פון יענטאש'ס שפעקולאציעס.

דער טשערמאן רופט אויס יעמוד ר' בונם מיט אלע טיטלען שלא טיטלו אבותינו, ר' בונם גייט צום מייקראפאון לאנגזאם און זיכער ווען דער בייכעל שפאצירט פאראויס. אלע קוקען זיך צו וואס גייט דער נגיד זאגען.
הייבט אן מיט א ברשות כ"ק מיר"ן שליט"א וכל הקהל הקודש.
שטאמעלט ארויס, איך וויל נישט! כ'האב עס פיינט. נאר מע האט מיך אזויפיל געמיטשעט, כאב נישט קיין ברירה. במקום שאין איש, ער האט געווארפען פסוקים מיט די מעביר סדרה טראפען. פרובירט נאכמאכען די ר' שבתי יודעלאוויץ.
פארציילט מעשה'לעך אויף די וואכעדיגע סדרה, ווען איינס קלעבט נישט צום צווייטען. ער פרובירט האלטען דעם עולם שטיל אבער פונעם רעדען זעהט שוין יעדער אז די פאשאכאווער מוסדות מיינען נישט די גערויך נאר די קנאבעל. ווען מען לעשט נישט אויס דער מייק וואלטען אלע געהערט ווי ער ענדיגט מיט בלע המות לנצח.
דערנאך גייט ער צו טאקע צו אונזער ר' יענטאש און זאגט אים אביסעל הויעך מיט פאטאס, נא? רבי יענטאש? האסט געגלייבט אז איך וועל זיין דער טויגער און די דער שמויגער? און גייט ווייטער.
מיר אלע פאטשען און קלאפען נאך כאלו מען באצאלט אונז לויט די קלעפ.

אונזער יענטאש ווארפט קאלירען, ער האט זיך נישט פארלוירען נאר זיך הויעך אנגערופען. דאס איז נישט דער בונם וואס אלע האבען פון אים געלאכט אין חדר, דאס איז זיינער א קאזין יעצט געקומען פון לאנדאן.

און יענטאש האט אלעמאל דאס לעצטע ווארט.



תוקן על ידי - נאטורליך - 05/12/2005 5:26:57

יענטאאש » 5/12/2005 05:33

אךך נאטורליך;

דו ביזט געווען פון די קלאטשער'ס דארט אונטער אונזער טיש? ניטאמאל האבן מיר געוואטשט נישט צו רעדן הויך און אפ'חוזק'ן פון בונם'ען, מיר האבן געמיינט אז איר זענט אויך פון די חברה לאכערס....

פענסטער » 5/12/2005 05:33

די זעסט יענטאאש; נאטורליך פארשטייט אויך אז די ביסט דאס דער שמויגער.

(בונם איז טאקע געווארן א "טויג ער", אבער די ביסט געבליבן א שמויגער)

נאטורליך » 5/12/2005 05:38

יענטאשש, איך האב שוין דעמאלס געזעהן אז די גייסט מאכען דערפון מטעמים דא אין קרעטשמע.
פענסטער, מען קען זיין א טויג-ער אויף כפרות.

יענטאאש » 5/12/2005 06:13

ווייסט כ'עדער זאגן נאטורליך, דו זאגסט אן אמת'ער פונקט, יעדער קען זיין א טויג-ער, ס'ווענד זיך צו וואס, דו למשל ביזט א טויג-ער צו קלאטשן פאר די פאשאכאווער מוסדות. איך צו.......ס'צרות, כ'ווייס נישט אויב צו עפעס בכלל.....

ביי דע וועי, כ'מיין איך ווייס ווער דו ביזט. דו האסט דאך אודאי געקלאטשט די שטערקסטע, ביזט דאך א פעיד קלאטשער, כ'מיין איך כאפ שוין פון וועם מ'רעדט דא. מעגסט דיך טאקע שוין טשעינדזשן די גלעזער, ס'איז שוין אוט אוו סטייל די גרויסע באקסעדיגע. און אויך פארוואס האסטו מיר נישט געקענט ארויף פעסן די לעמאן סאדע ווען כ'האב עס געבעטן???...

not2bz » 5/12/2005 07:10

יענטאאש:

זייער פיין געווען. איך האב נישט געגלייבט ווען איך האב גענדעגט ליינען די לאנגע מעשה אז עס שטייט נישט "תוקןן ע"י יענטאאש", איך האב געמאכט דריי מאל ריפרעש ווייל איך האב געטראכט אפשר איז איז נישט געהעריג ארויף געקומן די תגובה ביי די ערשטע מאל.

gishmoker » 5/12/2005 07:19

אין די לעצטע שורה פון די ראש הקהלס לאנגע תגובה שרייבט ער :
"אויך פאר גאד סעיקס.... "

וואס מיינט די ווערטער ?

איך בעט ענק לאזט מיר נישט אליינס טראכטן ....

קרעמער » 5/12/2005 14:35

געשמאקער;

איך האב געמיינט דו קענסט אלע שפראכן [בילד – נישט אפגעהיט]

פאר 'גאד סעיקס' מיינט: למען השם.

פארברענגן » 6/12/2005 20:48

יענטאאש איך לאך. איך קען נישט קימען צים ווארט.
איך וועל עס מאכן שנעל [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט].
שוין לאנג נישט געווען אזא גיטס.

BeChusid » 8/12/2005 07:26

Yentosh A1 plus plus, when it comes to yeshivah cheder writings u are the best, i laughed so much, ur deion of binem in cheder

I still get off my mind how good u wrote last time about the crumbled potato chips, when we used to come in shull

thank u, you made my day, for good sakes (?) o

קרעמער » 8/12/2005 23:33

קוק יענטאאש;

אז מען בעט שיין, באקומט מען! האסט נאר געברויכט בעטן אז 'בי-חסיד' זאל שרייבן, און ער פאלגט ווי א וואוילע אינגעל.

==

בי;

איך געדענק נישט די פאטעיטע טשיפ געשיכטע [בילד – נישט אפגעהיט], אפשר קען מיר איינער דערמאנען?

==

יענטאאש - נאכאמאל;

זאג מיר יישר כח פארן ארויפברענגן נאכאמאל דעם אשכול, נאכדעם וואס די הנהלה האט איר שוין נישט פארגינען דעם רויטן 'עגונה' פינטל.

יענטאאש » 9/12/2005 02:39

בי;

א הארציגן יישר כח פארן זיך מעלדן.


קרעמער;

די 'צעקוועטשטע פאטעיטא שטיפס' איז אין א פאראגראף פונעם 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט', און יא, איך בין אביסל באליידיגט אז דו ווייסט נישט אליין.

אבער איך לאז מיך איבערבעטן מיט דעם וואס דו האסט צוריק ארויפגעברענגט דעם אשכול אויפן אויבערפלאך נאכדעם וואס 'די מנהלים' האבן ארונטערגענומען איר 'עגונה סטאטוס'.

פארברענגן » 9/12/2005 04:41

קרעמער איך גלייב נישט וואס איך זעה, די קענסט נישט אויסווענדיג די יענטאאש פייל,
איך האב נישט געדארפט טראכטן קיין רגע,
שוין וואס איך האב מיך דערלעבט...אוי..וויי..וויי..

קרעמער » 9/12/2005 06:08

פארברענגן;

פארפאלן, אז מען חזר'ט נישט, קען מען נישט. אפילו מיינע אייגענע ארטיקלן געדענק איך שוין נישט (ב"ה [בילד – נישט אפגעהיט]). דו געדענקסט זיי יא? אדער נאר די יענטאאש פייל איז אן ארטיקל ביי דיר?

פארברענגן » 9/12/2005 17:47

קרעמער איך זעה אז די פארשטייסט נישט, וועל איך דיר מיזן מסביר זיין, איז אזוי, איך רעד פין מיין יענטאאש פייל, פארשאנטאטא?
אויב כאפס'טו נאך אלץ נישט דאן שעמט אייך נישט צי פרעגן.

התאחדות » 11/12/2005 22:48

אוי איז דאס גוט יענטאאש, יאך לאך נאך אלץ.
ממש געוואלדיג איי פיל יור פעין, נעקסטיים זאלסטו נישט מיר טשעפען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זארעכפעפער » 11/12/2005 23:41

מיין באליבטער יענטאאש [בילד – נישט אפגעהיט]

אוי איז דאס גוט - אזוי ווי תמיד, האב איך מיך אונטערגעהאלטן מיט אייער ארטיקל.

---
אצינד ווארט איך אויף אייער ארטיקל וועלכע זאל הייסן:

יא די וועלט איז גערעכט! - זיי זענען טאקע נער'נים...

יעדעס מאל ווען איך קום צוריק פון א חתונה וכדומה, ווי די קלוגע כאַזאָנעם קריצלען די אויערן מיט זייערע זיסע קעלעכלעך, און ווער רעדט נאך פון זייערע באכיינטע מאושענס וואס זיי גיבן צו צום טעם, א ממש א מעכאייע..., קום איך נאכאמאל צום באשלוס:

יא די וועלט איז גערעכט:
חזנים זענען נער'אנים...

יענטאאש » 11/12/2005 23:42

סאכדעס;

אז מ'רעד מיר שוין יא אפן, לאמיך דיך קודם איבערבעטן, דו ווייסט דאך איך האב דיך נישט געמיינט צו טשעפען, אבער דער גאנצער עולם האט זיך צו דיר אזוי אויפגעפירט, האב איך נישט געוואלט זיין אויסגעשפילט.

אבער לאמיך דיך פרעגן עטליכע פראגן: פארוואס האסטו טאקע געדארפט גיין מיט צעשלאכעטע הויזן אלעמאל? פארוואס האסטו אייביג געדארפט האבן אן ארויסגעשטעקטע העמד? פארוואס האבן אפילו דיינע נייע הויזנ'ס געהאט א צעריסענע זיפער? פארוואס ביזטו אלץ געווען א מסור-קעצל? פארוואס??

חי_וקים » 12/12/2005 01:31

יענטש, דאך אמאל א מענטש.

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט](זאל ניט זיין זוגות נעם נאך איינץ[בילד – נישט אפגעהיט])

דא האסטו דיין 'דורן דרשה' געשיינק...

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 12/12/2005 02:22

חי וקיים;

פע!!!..... כ'דיירף ניט דיין נעבאכדיקע מתנה....
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 12/12/2005 02:25

וואס איז מיט דיר געשען יענטאאש? ביסט מיר געווארן א שונא מתנות אויף דער עלטער???

יענטאאש » 12/12/2005 02:30

נע קרעמער, וואס מיינסטע איז דארט געלעגן? אביסל ירושלימע קוגל, נעכטיגע חלות און אלטע איראעלישע שאלאטן.....

יענטאאש » 12/12/2005 02:51

ר' זארעחך;

כ'פארשטיי וואס דו זאגסט וועגן די 'באדחאנים', (ביי דע וועי מיין איך דו זאלסט נישט חוזק מאכן פון זיי ווייל לויט די ווערסיע פון 'א אידישע וועלט' זענען איך, דו, און קרעמער אלע בדחנים)......

אבער וואס ביזטו מיך מכבד?, נעם אפיר דעם פעדער און גיב ארויס אלעס וואס דו האסט צו זאגן איבער די נאר-דחנים....

קרעמער » 12/12/2005 03:08

יענטאאש / בדחן;

זרח רעדט פון חזנים, נישט פון בדחנים. ליינען קענסטו שוין אויך נישט??? פון וועמען האסטו שוחד גענומען???

יענטאאש » 12/12/2005 03:15

אךךךך רבונו שלך עולם!!!!!!!!!.... [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] כ'האב געזען ער רעדט פון חאזאנעצען בי חתונות האב איך געמיינט זיכער ער רעדט פון די בדחנים ווא סגארגלען זעך ביז אין די נאכט אריין נאכדעם וואס זיי האלטן נאך א לאנגן נאכמיטאג דרימל.....

שוין וואס קען איך טאן?????.......

חי_וקים » 12/12/2005 03:23

חחחחחחחחחחחחחחחחחחיענטש איך קענישט אויפערן לאכן....

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

זארעכפעפער » 12/12/2005 20:50

קרעמער און יענטאאש:
אלו ואלו דברי ... חיים, ס'איז קיין סתירה...

-----
און פארוואס איך בין דיך מכבד? ווייסטו דען טאקע נישט?

ווייל ווען דו - "יענטאאש" - שרייבסט אראפ אן ארטיקל איז עס מיט אלע טעמים!

הן דיין שרייבערישן טאלאנט וואס דו פארמאגסט אין דיר. די ארטיקל וואס דו שרייבסט אראפ ליינט זיך געשמאק, גוט, גרינג און פארשטענדליך.

הן די אלע קליינע דעטאלישע פיטשיווקעס וואס דו לייגסט צו צו יעדן ארטיקל. דער ליינער שפירט ממש ווי עס לעבט די פאסירונג פאר זיינע אויגן.

הן די הומאר וואס דו לייגסט אריין אינעם ארטיקל. ס'איז ממש א געשמאק.

איך - אזוי ווי אלע ליינער - קענען זאגן בפה מלא:
ווען נאר עס שפרינגט ארויף אן אשכול וואס דער מחבר דערפון איז "יענטאאש", בין איך באלד דארט זיך צו דערקוויקן דערמיט. יעדעס ווארט איז זיס!

ווען נאר מען ליינט דיינס אן ארטיקל צולאכט מען זיך ביני לבין עצמם, און נישט נאר איינמאל אדער צוויי מאל, נאר אפשר צען מאל. און יעדן פערעגראף עקסטער איז דא זיסע שטיקלעך מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן.

איך מיין אז דאס איז כולי עלמא מודי, יעדער באזוכער דא אין די קרעטשמע וועט מודה זיין צו מיר אז: יו אר דע בעסט

אט דאס זענען די סיבות פארוואס איך האב דיך מכבד געווען מיט דעם ארטיקל. ולית מאן דפליג אז עס איז אינו דומה אן ארטיקל - פון וואספארא סארט ער זאל נאר נישט זיין - וואס "יענטאאש" שרייבט צו אן ארטיקל וואס אן אנדערער שרייבט, נישט קיין חילוק ווער דער אנדערער זאל זיין.

און אויב דו געדענקסט האב איך שוין אמאל משמיע געווען דעתי, אז איך האלט אז דו ביסט דער בעסטער שרייבער דא אויפן פורום, זע דא אין דעם אשכול

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1534974

יענטאאש » 13/12/2005 05:31

זארעכך;

א גרויסן יישר כח, הן פאר די קאמפלימענטן, און הן פארן מיך ארויסדרייען אביסל פון מיין קאלעכדיגן פלאנטער דא מיט די בדחנים-חזנים.

איך וויל נישט צוזאגן, אבער כ'האף אז מיט די צייט וועל איך קענען ערפילן דיין בקשה, אי"ה.

התאחדות » 13/12/2005 20:31

יענטאאש אז מ'רעדט שוין יא אפן, על איך דיר זאגן.

איך בין פון אייביג אהן געווען א שלימזל, ביז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן יאך בין אנגעקומען צו א געוויסן מקובל, יאך קען נישט זאגן דעם נאמען משום תקנת הפורום, פארברענגן עט שוין נישט וועלן דא איבעטרעטן די שוועל, אבער זייט דעמאלט בין איך געווארן א מזל'דיגער מענטש, מיין העמד שטעקט זיך שוין נישט ארויס פון דעם העמד, און ווי אויך פאררעכט מיר די רביצין אלע מאל די זיפער'ס, פון יעמאלט און ווייטער האב איך זיך שוין געשפייזט פון עפעס אנדערש וואו מסור קעצל'ן, בקיצור, איך בין געגאנגען מדרגא לדרגא ביז איך בין אנגעקומען צו זיין דאיען דא אין קרעטשמע, סאו איך בין דיר עניוועי מויכעל.

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס איז מען נישט געווען צופרידן פון מיין דרשה, סיז דאך אזוי שיין מתובל געווען בתורה וחסידות, נא היינט אז יאך ביןשוין יא געווארן א תלמיד חכם, פארוואס לאכן זיי ווידער אונטערן רוקן?
[בילד – נישט אפגעהיט]