היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » פארוואס איך קען נישט ליידן ה"פ

פארוואס איך קען נישט ליידן ה"פ

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2812570

געלעגער » 25/7/2010 23:48

אלס א גאסט דא און זעהנדיג וואס מיינט נישט גוט, וויל איך זיך באדאנקן פאר ארענדער פארן צושטעלן אזא פלאץ וואס הייסט אייוועלט. דרייענדיג זיך דא זעה איך וואס שלעכט מיינט. איך רעד נישט פונעם רוחניות'דיגן שטאנדפונקט, דאס פאר זיך איז נישט אוועק צומאכן, אבער יעצט וויל איך רעדן פונעם פשוט'ן פראקטישן פארגרעבטן גשמיות'דיגן זייט. ה"פ איז פונקט גוט צו זעהן וואו קינדער רייסן זיך ביי די קעפ, שרייען און ווארפן זיך איינע אויפן צווייטן אבער אויף צו פירן א נארמאלן שמועס, זיך צאמצוזעצן אויף א פארברענג איז דא ווייט נישט דאס פלאץ. קודם כל, וואס איז די חוצפה פון אוועק רויבן מיינע ענטערס?? ענטער איז א זאך וואס איך האב געדריקט, אויב האב איך עס געדריקט קומט עס מיר.... אבסורד!! פארוואס ווען איך שרייב א תגובה און איך דרוק שלח זאל מיך די סיסטעם נישט שיקן צו מיין תגובה, פארוואס ווארפט ער מיך צוריק ארויס צום הויפט שטרויז? איינער קען מיר געבן די סיבה? ביים זיך איינשרייבן האט מיר עס גענומען ווייסעך ווילאנג, איך פארשטיי נישט האלב ווערטער דא, אפילו יעצט דארף איך דרוקן יעדע קנעפל און זעהן וואס די פונקציע איז.. ס'איז נישט נארמאל.. יא איך בין נישט גוט און עיברית נו איז וואס? קומט זיך מיר שוין אז מ'זאל מאכן דאס גענאר פון מיר? שפילן קאטוואס אויף מיין חשבון? יעצט אפאר שאלות אויב איינער קען ביטע ענטפערן: וואס מיינט "דווח על תוכן פגעני"? וועלכע שפראך איז דאס פלעמיש? און וואס באדייט דאס ווארט מחובר? מחובר מיט וועם? מיט זיין רבי, מגי"ש, מדריך? ה"פ? איז דא אזא זאך וואו אינו מחובר? וואס מיינט די קעסטעלע "זכר"? באדייט דאס אויף מיין געביין? אדער איז דאס פארבינדן מיט די פליסיקייט און מיין מח? צום זאח האט אן אשכול וועגן א טערנעידא און יענעם אשכול ווייזט די סיסיטעם אז ס'איז נישטא קיין איין תגובה אבער און פאקט איז יא דא. אזוי אויך ווייזט עס: מחבר: צום זאח, ע"י קרעטשמער. וואו קומט דא קרעטשמער אריין? ער האט קיין תגובה נישט געשריבן, אבער זיין נאמען הענגט העכער דעם אשכול. למה? און נאך איין זאך וואס דרוקט מיר און מיט דעם וועל איך מסיים זיין דערווייל. וואס איז פשט און די ווערטער מנהל לחץ "כאן" לנעילת האשכות. יעצט צוויי זאכן, קודם אז איך בין נישט מנהל שרייב מיר עס נישט, ס'איז אינפארמאציע וואס איז ווערטלאז פאר מיר. צווייטנס וואס איז פשט פון "כאן"? ביי שלח שטייט אויך שלח כאן? ביי נושא חדשה שטייט כאן? פארוואס פינקט ביי דעם שטייט "כאן"? דאס איז די ערשטע פון א סעריע פארזעצונגן וואס וועט נאכקומען מיט די צייט. ע"כ מיין ווייטאג אויפדערווייל.

shmate1 » 26/7/2010 00:24

Ha ha ha !!!! I feel your pain.... What a place ?!?!.... Sorry I can't write in Yidish from my BB I don't know why. I would appriciet if someone can tell me how to write in Hebrew with a BB ? Thanks

קרעמער » 26/7/2010 00:59

דו פרעגסט גאר גוט. און היידפארק האט מער קושיות ווי תירוצים. דאס איז איינס פון מערערע סיבות פארוואס מיר האבן בשעתו געהויבן פיס אויף ארענדער'ס אקסל און אנטרינען געווארן קיין עיטש-טי-טי-פי.                            געוויסע פירן זיך צו דרוקן צוואנציג מאל אדער מער דעם ספעיס קנעפל אפצוטיילן צווישן איין פאראגראף און די אנדערע.

קרעמער » 26/7/2010 00:59

גראדע האט מיר דער סיסטעם נאכן שלח'ן תיכף צוריקגעברענגט צו מיין געשריבענע תגובה.

קרעמער » 26/7/2010 01:00

דווח על תוכן פוגעני איז די זעלבע ווי די "!" קנעפל ביי אונז אין קרעטשמע, עס מעלדט פאר די מנהלים (אדער די סייט אדמיניסטראציע) איבער אינהאלט וואס גרייפט אן אנדערע.                      נאך עפעס ?

שמערי_בערי » 26/7/2010 02:17

קרעמער, וויפיל מאל איז גע'דווח'ט געווארן דיין תגובה?

shmate1 » 26/7/2010 04:18

How do I edit my tegive ?

TellMeSome » 26/7/2010 08:17

מר. שמאטע. וועט דאס דיר עפעס העלפן?? http://www.cheservices.com/blackberry/

יודאיינער » 26/7/2010 08:49

שלום וברכה וכטו"ס...

ארויסגענומען א ניק פון טאש, און יאלא, געגאנגען!!!

קרעמער » 27/7/2010 02:45

ביז יעצט האב איך גענוצט גוגעל-קראום אלס בראוזער, און זיי האבן געקראכט ווען איך האב נאר פרובירט דרוקן ענטער. יעצט נוץ איך אינטערנעט עקספלאורער, און איך בין נייגעריג אויב זיי מאכן אויך פראבלעמען.

ענטער

ענטער

דערווייל לאזן זיי זיך פיין.

בןהרחמן » 27/7/2010 08:19

העלמיר פרובירן מיטן

פייערדיגן פוקס

אויב דער ענטער גייט גוט.

געלונגען?

בןהרחמן » 27/7/2010 08:24

איך האב באקומען עטליכע עררארס און איך האב געמיינט אז עס איז נישט דורך,

אבער צוריקגייענדיג אינעם פורום האב איך געזעהן אז עס יא דורך אפילו איך האב באקומען אן ערראר

קניהויז » 27/7/2010 20:06

וואס איז דאס היידפארק פון קרעמער


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1710519&whichpage=1&forum_id=11045

צום_זאח » 27/7/2010 22:18

נאך אלע מעשיות, די מיני ווען אין די זייט איז גאנץ באקוועם. אין אייוועלט האסטעס נישט געהאט.