היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » עטליכע כללים אין די אידישע שפראך

עטליכע כללים אין די אידישע שפראך

174 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1508019
בלאט: 1 2 3 4

זארעכפעפער » 15/9/2005 20:03

קרעמער
איר זענט דאך אביסל באקאנט אין די כללים פונעם אידישן שפראך, טא זייטזשע אזוי גוט און העלפט מיר ארויס:

ווען ניצט מען א comma כזה: , און ווען ניצט מען כזה: ; ???


====
מעפיקל, שערקויעך.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 20:13:34

mefikel » 15/9/2005 20:13

comma!

קרעמער » 15/9/2005 20:33

ס'איז זייער שווער מסביר צו זיין בכתב. קענסט מיר אנרופן און איך וועל דיר פרובירן מסביר זיין...

אמת'דיג גערעדט: איך ווייס אויך נישט פונקטליך!

אבער בערך/עפעס אזוי פירן זיך שרייבערלעך, אז צווישן איין אטעם און דאס צווייטע, געט מען א ווארף אריין אזא שטרעכעלע, (המכונה תנא 'קמא'). און ווען מען וויל עפעס ארויסברענגן, שרייבט מען אזוי, צום ביישפיל: יא, די ביישפיל איז שוין געשריבן געווארן, די צוויי פינטעלעך איינס אויפן צווייטן (כידוע די מעשה פון ראפשיצער רב ואכמ"ל).

יעצט;

אה, דו האסט דאך געפרעגט ווען די 'קאמע' מיט די פינטעלע דערויף, דאס איז שוין אביסל פארלאנטערט.

שרייבערלעך; ווי איך. נוצען דאס ווען זיי שמעקט, און ווען דיר שמעקט נישט. גאנץ אינטערסאנט; אבער אין מיינע פאום'ס וועסטו באמערקן אז איך ווארף אויך אריין אזעלכע סחורה.

עס איז א זאך וואס איך קען נישט געהעריג מסביר זיין, און דערפאר רעד איך דא ווי א באבע. אבער איך האף איר כאפט מיין פינטל (פוינ"ט בלע"ז).

אגב; נאך א וועלט'ס טעות (באלאנגט אין אשכול: וועלט'ס טעותים): ווען מען שרייבט בלע"ז שרייבט מען אייביג שטרעכעלעך אינדערמיט. אבער באמת באלאנגט עס בכלל נישט אזוי! די ווארט איז: "בלעז". 'לעז' מיינט א פרעמדע שפראך וואס איז נישט לשון הקודש.

מיינע רבי'ס אין חדר פלעגן זאגען (מחמת חסרון ידיעה לכאורה) אז דאס איז ראשי תיבות פון "בלשון עם זר". אבער - במחילת כבודם הרמה - דאס איז א עם-הארצות גמור, און דאס ווארט איז 'בלעז' און שוין!

קרעמער » 15/9/2005 21:00

איך וויל מוסיף זיין צו דעם אויבנדערמאנטן "שטרעכעלע" טעות, נאך איינס:

ודו"ק

די פינטעלעך אין ודו"ק האבן קיין שום באדייט לעניית דעתי.

nafcha » 15/9/2005 21:24

מיין רבי פלעגט צו זאגן, אז 'ודו"ק' מאכט ווען די ווילסט קענסטו. ודו"ק

קרעמער » 15/9/2005 21:28

פון דעם ווייס איך אויך. אבער נישט צוליב דעם טעם האבן אלע מדפיסים און שרייבער פון אלע דורות געלייגט שטרעכעלעך אינעם ווארט.

א שטייגער ווי 'תיקו'. בעצם איז דאס א ווארט פאר זיך, עס מיינט "דא בלייבט עס שטיין", אזוי ווי תיקום. (אפותיקי= פה תהא קאי).

שפעטער האט מען ערפינדן (די ראשונים ואחרונים) אז דאס קען אויך זיין די ראשי תיבות פון ת'שבי י'תרץ ק'ושיות ו'איבעיות.

די זנבים (אזוי רופט מען די היינטיגע מחברים, די וואס זענען נאך די ראשונים, אחרונים, ואחרוני אחרונים) האבן שוין אויפגעטאן אז דאס איז גאר די ראשי תיבות פון: ת'רינקען י'ונגעלעך ק'אלטע ו'ואסער...

תוקן על ידי - קרעמער - 15/09/2005 21:29:25

פעדעקס » 15/9/2005 21:53

קרעמער זיסע:

וואס טייטש ודוק אין פלעין אידיש?

מיין רבי האט געזאגט אז ס'איז די ראשי תיבות "ו'דייק ו'תמצא ק'ל"

ענליך צו וק"ל "וקל להבין"

שלמה_זלמן » 17/9/2005 00:43

צאן, ציין. ציינער?

איינס איז א צאן אסאך זענען ציין. ציינער איז גרייזיג. כד"א: "כ'וועל דיר אויסהאקן די ציין".

גאנצעטע, טשעפענען וכו': קינדעריש און גרייזיג. "גאנצע" און "טשעפען" איז גענוג געזאגט.

בוטסעס: דאס וואס מ'טראגט אין סקווער ווען ס'איז 102 די גראד אום שבת. אויך א קינדערישע טעות. BOOT איז איינס BOOTS איז 2 אדער מער, בוטסעס איז נישט קארעקט.

כ'האב נאך ביישפילן ועוד חזון למועד.

שלמה זלמן

קרעמער » 17/9/2005 00:51

פעדעקס; כ'מערק הערשט (אדער 'ערשט'?) יעצט דיין תגובה בנוגע 'ודוק'. קען זיין איר האט רעכט און עס איז יא א ראשי תיבות. אבער לעניית דעתי מיינט עס סתם 'זיי מדייק'.

שלמה_זלמן » 18/9/2005 20:05

מיין מיינונג אין "ודו"ק" איז פונקט ווי ביי בלעז. ס'איז אנגענומען צו שרייבן בלע"ז אזוי ווי א ראשי תיבות אז ס'זאל אויסמאכן "בלשון עם זר". ס'איז טאקע א שיינע פשט אבער ס'איז טאקע נאר א פשט'ל און נישט מער. לעז איז טייטש א פרעמדע שפראך: בצאת ישראל ממצרים בית יעקב מעם "לועז". דעריבער ווען ס'שטייט בלע"ז איז גענוג צו שרייבן בלעז אן די ראשי תיבות. "פרעסן בלעז"...

די זעלבע איז אויך מיט תיקו. תיקו איז א ווארט פאר זיך. ביי די אלע זאכן איז די ווארט געקומען פאר די ראשי תיבות און נישט פארקערט. ודוק, תיקו, בלעז. ודוק.

שלמה זלמן

menchele » 18/9/2005 20:22

זארעכפעפער,
קרעמער,

כ'בין שוין א צייט נישט דא געווען. א שאד; באמת א סך פארפאסט.

לעצם ענין - וועגן קאמעס, פינטלעך און "סעמי קאלאן" (כזה - ;. כ'ווייס נישט ווי מען זאגט עס אויף אידיש.)

ס'איז שווער אראפצוגעבן א פינקטליכן כלל, אבער דעם שמעק קען מען באקומען און מיט דער צייט באקומט מען א געפיל וואו צו שטעלן וואס.

אלזא. א פינטל ("פיריעד") צייכנט אפ די ענדע פון א זאץ ("סענטענס"). די אויפגאבע פון א זאץ איז אויסצודריקן א פולקאמען געדאנק. "איידער משה איז ארויסגעגאנגען" דערציילט א האלבע זאך און איז דערפאר נישט קיין זאץ. "איידער משה איז ארויסגעגאנגען האט ער געקישט די מזוזה," איז שוין א גאנצער געדאנק.

א "קאמע" איז געמאכט אריינצושטעלן אינמיטן א זאץ (דהיינו געדאנק), וואו דער המשך האט עטוואס ווייניגער שייכות מיט ביז יעצט ווי די ביז-יעצטיגע גרופע ווערטער, וליתן ריווח בין האלבע געדאנק ל'אנדערן האלבן געדאנק.

"איידער משה איז ארויסגעגאנגען פון שטוב, האט ער א קיש געגעבן די מזוזה." (כ'האב אריינגעשטעלט מער ווערטער אינעם זאץ פשוט צו בעסער ארויסברענגען די נקודה.)

אַר יו וויהט מי?

א "סעמי קאלאן" ניצט מען אין צוויי הויפט פעלער:

1) ביי א ליסטע פון זאכן. ביישפיל: "איידער משה איז ארויסגעגאנגען, האט ער זיך איינגעפאקט א ווארעמען, דיקן, וואלענעם מאנטל; אן עלעגאנטן, געשטרייפטן שאל; קאווע, מילך און צוקער, אא"וו.

2) ווען מען האט פאר זיך צוויי געדאנקען וואס יעדער איז באמת א דבר השלום פאר זיך, אבער האבן פארט מער שייכות איינער צום אנדערן ווי געווענליך. ביישפיל: "משה איז ארויסגעגאנגען פון שטוב. אהרן איז מיט אים מיטגעגאנגען." דער ערשטער זאץ דריקט באמת אויס א גאנצן געדאנק, און דאס זעלבע איז אמת פאר'ן צווייטן זאץ, און דערפאר קומט זיי ביידן א פינטל. נאר וואס דען? למעשה זענען די צוויי זאצן זייער ענג פארבינדן, און ס'איז אביסל שטארקער ווען עס ווערט געשריבן "משה איז ארויסגעגאנגען פון שטוב; אהרן איז מיט אים מיטגעגאנגען." (שטעלן א פינטל צווישן ביידן איז פונקט אזוי אויסגעהאלטן; אבער זיי אפטיילן מיט א "סעמי קאלאן" איז מער "עסטעטיש".)


תוקן על ידי - menchele - 18/09/2005 20:24:38

בןהרחמן » 18/9/2005 20:28

איך האב אלס געוואוסט אז מען שרייבט 'דעריבער' לעצטענס האס איך געזען מאנכע שרייבן 'דעראיבער', מיר דאכט זיך אז דאס איז א טעות און עס קומט 'דעריבער', בין איך גערעכט צו נישט?

שלמה_זלמן; דיין אויפמערקונג וועגן בוטס\בוטסעס דארף מען ווען מאכן א אשכול וועגן ענגלישע (אדער אמערידישע -לשיטת המעלות-) ווערטער כללים, דא רעדט מען בעיקר וועגן אידישע ווערטער כללים

קרעמער » 18/9/2005 20:51

מענטשעלע;

באמת א גרויסער יישר כח פארן שרייבן דא בכלל און פאר די גאר נוצליכע, זאכליכע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס בנוגע טאקע דאס; נקודות.

ווי איר קענט באמערקן האט זיך יעדער שרייבערל - און איך האב זיך דא אליינס ארייגעלייגט אין דעם כלל - זיין אייגן כלל וואו אריינצולייגן וואס, און - ווי איר זאגט - איז שווער אראפצולייגן שריפטליכע כללים דערויף, מען ברויך דאס כאפן מיטן ליינען. ווי זאגט די וועלט: דאס אפעטיט קומט מיטן עסן.

בן הרחמן;

בנוגע 'בוטסעס', לעניית דעתי איז דאס א לשון נופל על לשון, ווייל כידוע איז 'בוץ' דער לשון הקודש ווארט פון בלאטע... קומט דאך אויס אז 'בוטס' וואס קומט לאגוני ולמצלי פון בלאטע איז נישט מער ווי גערעכט אז דאס רופט זיך מיט דעם רעכטפארטיגן פונקט צום מאס אויסגעשניצטן ווארט: 'בוץ'.

אגב;

היינט גייענדיג אויפן גאס, הער איך ווי די יונגווארג רעדט צווישן זיך. רופט זיך איינע אן צום צווייטן אין אן ענגלידישן אקצענט: "ביפאר איך זאג דיר דאס וכו'".

אן איבערטייטשונג פון BEFORE וואס ווערט גענוצט דורך קליינע מיידלעך.

menchele » 18/9/2005 20:56

ביזט גערעכט; פארט זענען אבער פאראן יסודות'דיגע כללים. מיר דאכט זיך, אז דער כלל וואס כ'האב געשריבן וועגן סעמי קאלאנס איז אמת לכל הדיעות.

קרעמער » 18/9/2005 20:58

די איינציגע 'קאלאן' וואס איך ווייס איז א מאגען... און דער כלל ביי א מאגען איז אזוי:

לייג אריין ווילאנג ער לאזט זיך.

און דער זעלבער כלל נוץ איך פערזענליך מיט דעם סעמי-קאלאן, איך לייג אים אריין וואו ער לאזט זיך.

ווי האט יענער געזאגט?

דער פאפיר איז א גרויסער סבלן, ער לאזט זיך...

menchele » 18/9/2005 21:00

א סבלן איז טייטש אז ער "לאזט" זיך. פון דעם איז נאכנישט געדרונגען אז ער "ליידט" נישט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 18/9/2005 21:03

לאמיר דיר ענטפערן IN THE SPIRIT OF THE MOMENT

מיר שרייבן דאך נישט יעצט אויף פאפיר, נאר אויף די טריפה'נע אינטערנעט. אלזא... אז ער ליידט דורכדעם, גוט פאר אים!!! זאל ער ליידן!!! וויפיל אידישע נפשות האט ער שוין אראפגעפירט פון גלייכן וועג??? וויפיל אידישע שטובער האט ער שוין צובראכן??? גוט פאר אים! זאל ער וויסן!

אקעי, איך האב גארנישט געמיינט.

שלמה_זלמן » 19/9/2005 21:02

איך האב א מורא'דיגע פראגע וואס כ'האף אז די זאך-ווייסער פון דעם פארום וועלן מיר קענען ענטפערן. כ'וויל וויסן וויאזוי איז דער כלל אין אידיש ווען עס קומט צו א פינטל (.) נאך איינגערינגלטע אדער נאך גענזן פיסלעך (QUOTATION MARKS).

אין ענגליש איז דער כלל אזוי: ביי האלב-רינגלעך קומט די פינטל אלץ פאר די לעצטע האלב-רינגל און ביי קוואטס ווענדט זיך עס אויב די סטעיטמענט איז א נייע אדער באציט זיך צום פריערדיגן זאץ. פאלגענד זענען ביישפילן.

...האט ער געזאגט I'm sorry (אויף אידיש: ענטשולדיגט.)
...האט ער זיך צוגעבויגן און געזאגט: "ענטשולדיגט, זיי מיר מוחל."
...נאכדעם וואס ער האט זיך אויסגעגעבן האט ער צוגעלייגט א נעבעכדיגן "ענטשולדיגט".

אין די ערשטע צוויי פעלער איז די פינטל פאר די האלב-רינגל אדער קוואטעישן מארקס און אין די לעצטע פאל איז די פינטל נאך די קוואטעישן מארקס. אזוי וואלט עס געווען אין ענגליש. אבער איך זעה נישט די כללים אין אידיש. וויל איך וויסן אויב ס'איז בכלל פאראן אין אידיש כללים בנוגע וואו צו שטעלן דעם פינטל.

שלמה זלמן

קרעמער » 19/9/2005 23:35

שלמה זלמן; קודם כל שלום עליכם (כ'געדענק נישט אויב מיר האבן דיר שוין געהעריג אויפגענומען דא אין קרעטשמע, בלי עין הרע געווען א ביזי סעזאן פארגאנגענע וואך... אלע פריצים פון די ארומיגע געגנטער האבן זיך פלוצלינג דערזען מיט א נייעם קרעטשמע צו דער האנט, און האבן זיך געלאזט וואוילגיין אויף אונזער קאנטע...).

יאך פערזענליך שטעל אלץ אראפ דעם פינטל נאך די האלבע רינגל, (צום ביישפיל: אזוי).

איך קען נישט סובל זיין עימיצער וואס טוט אנדערש ווי מיר (דאס זעלבע איז אויך וואר ביי אלע אנדערע זאכען...).

אנומעלט האב איך נעכטן אריינגעבליקט אין א היינטיג ספר'ל און באמערקט אז יענער מחבר אדער דרוקער האט געשטעלט די נקודות בעפאר (ביפאר?) דעם האלבן רינגל, און איך מוז אייך זאגען: עס האט מיר פארדראסן, און איך האב געשפירט ווי די אויגן קריכן מיר ארויס פון די לעכער. פשוט; כ'בין נישט צוגעוואוינט צו לעזן אזעלכע סארט אויסלייגן.

היות איך בין א גרויסער לעזער (נישט לאזער), מיין איך אז איך קען זאגען מיט א קלארקייט אז דער שטייגער איז ביי אידיש שרייבער צו שטעלן דעם פינטל נאך דעם האלבן רינגל, און אזוי אויך נאך די גענזן-פיס.

שלמה_זלמן » 20/9/2005 01:07

צו קרעמער

שקויעך פאר די שיינע אויפנאמע אינעם "קרעטשמע." (אופס, "קרעטשמע".) אויב ס'פארדריסט דיר צו זען אז מ'נוצט דעם פינטל "אינווייניג" דאן וועסטו האבן א פראבלעם ליינען דעם ניו יארק טיימס. ס'זעט אויס אז אין ענגליש זענען די כללים אזוי ווי איך האב געשריבן פריער. אין עברית (אוי וויי), דוכט זיך מיר, שטעלט מען יא די פינטלען "אינדרויסן". אלנפאלס, זייט אידיש איז נענטער צו ענגליש ווי צו עברית אינעם אויסשטעל פונעם שפראך וואלט איך געזאגט אז מ'דארף נאכגיין די ענגלישע כללים. פון די אנדערע זייט איז אידיש געשריבן מיט לשון הקודש בוכשטאבן דעריבער קען גאר זיין אז די עברית'ישע שרייבער זענען גערעכט. כ'פלאן אנצופרעגן ביי מעלות איבער דעם ענין.

שלמה זלמן

קרעמער » 20/9/2005 05:05

איך האב גאר א צווייטן פראבלעם ווען עס האנדעלט זיך אין ליינען די ניו יארק טיימס. נעמליך; מיין בית הכסא איז צו קליין, און איך קען נישט דארט אריינטראגן מיין צוזאמלייג טישל פון די סוכה.

כדי צו קענען ליינען דעם 'טיימס', ברויך מען האבן עוג מלך הבשן'ס לאפעס, אדער ברויך מען האבן א טיש וואס איז גרויס כשלחן של מלכים אין בית הכבוד, און דאס איז א יקר המציאות אין די היינטיגע צייטן, בפרט אין מיינע גלילות.

שלמה זלמן טייערער; ווען דו שיקסט אריין צו די "מעלות", זיי מוחל און ברענג מיר זייער ענטפער.

בןהרחמן » 20/9/2005 05:51

איך לייד אויך אביסל אויף דעם וואס קרעמער האט אנגעמערקט און ווען איך איך זעה א פינטל 'אינווייניג' מאכט עס מיך נערוועז.
נאר איך האב אריינגעטראכט אז עס קען זיין א שטיקל חילוק וואו ער געפינט זיך, למשל אויב דער איינגערינגעלטער אדער דער קוואט איז א חלק פונעם פאראגראף לדומגא דער דריטער סעמפל פון שלמה זלמן:
נאכדעם וואס ער האט זיך אויסגעגעבן האט ער צוגעלייגט א נעבעכדיגן "ענטשולדיגט".
דעמאלס קומט זיכער די פינטל אינדרויסן ווייל די פינטל גייט ארויף אויף דעם גאנצן זאץ.
אבער ווען דער גאנצער זאץ אדער די גאנצע פאראגראף (פיסקא) איז א קוואט אדער א איינגערינגעלטע מאמר, דאן שטימט עס אפשר יא אויך אינווייניג, אזוי קען מען אפשר מחלק זיין, כשאני לעצמי וועל איך ווייטער לייגען מסתמא אייביג אינדרויסן

שלמה_זלמן » 27/9/2005 18:15

דאקטערס. דאקטוירים?

פון וואו נעמט זיך די גרייזיגע ווארט דאקטוירים? כ'מיין אז דאס איז די איינציגסטע ווארט אין דעם אנגענומענעם אידיש וואס ניצט א לשון קודש'דיגע אויסלאג צו אנדייטן אסאך. אין די אלטע ביכער קען מען געפינען די ווארט פלוצים אשטאט פלוצלינג אבער דאס איז שוין לאנג שבחל"ח. איך בין נייגעריג וויאזוי אזא טעות איז אזוי שטארק אנגענומען אז מ'כאפט זיך נישט אפילו אז ס'איז עפעס גרייזיג און דאס איז אנגענומען ביי אלע קרייזן צוגלייך: רוסישע, פוילישע, אונגערישע און ארץ ישראל'דיגע. די ריכטיגע ווארט וואלט געדארפט זיין דאקטערס אזוי ווי: סטאלער - סטאלערס; בעטלער - בעטלערס אא"וו.

כתיבה וחתימה טובה, און מיר זאלן קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיין דאקטערס...

שלמה זלמן

mates1 » 27/9/2005 21:12

שלום וברכה ר' שלמה זלמן.

דאס ווארט דאקטורים, איז נישט קיין גרייז.
אזוי איז דאס אין מערצאל.

קוקט אריין אין א ווערטערבוך, וועט איר זיך
איבערצייגן אז ס'איז ריכטיק.

not2bz » 27/9/2005 21:16

mates1

ריכטיק אדער ריכטיג

mates1 » 27/9/2005 21:55

ריכטיק. אָט אַזוי דאַרף מען שרייבן.

אַ גרויסער טייל פון די גרייזן קומן
פון דעם וואָס מע שרייבט לויט ווי
מעהערט. אַזוי איז אויך מיטן וואָרט
הייליג, למשל. דאָס וואָרט דאַרף געשריבן
ווערן: הייליק, און נישט מיט אַ גימל.

not2bz » 27/9/2005 22:02

mates1

עס איז דא צוויי ווערטער וואס איך וויל שוין לאנג וויסן וויאזוי מען זאג(ק)ט עס און אידיש

אקעי און SO

בענעדיקט16 » 27/9/2005 22:08

אזעלכע שטותים צו רעדן.

מאטעס שמאטעס

הייליק בייליק ביאליק

מען ברויך אייך הייליק מאכן די ציין (אזוי טייטשן די רבי'ס "הקהה את שיניו" פון די הגדה).

פארדרייט נישט דעם קאפ דא מיט פארדרייטע אידיש.

ואתכם הסליחה

nafcha » 27/9/2005 22:12

שלום עליכם בענעדיקט;

א 'פריינטליכע' דערמאנונג, דרכיה דרכי נועם, דא רעדט מען שיין, איך ווייס נישט וויאזוי עס איז ביים 'פויבסט', אבער דא נישט.

mates1 » 27/9/2005 22:31

טייערער בענעדיקט.

זייט נישט בייז.
שרייען און גראמען, קענט איר, זעט אויס,
בעסער ווי אידיש.

מאטעס.

בענעדיקט16 » 27/9/2005 22:43

איך קען נאך אזא קוטען יידיש ווי אייך

א גימל (גמל - קעמל) איז נישט קיין קוף (מאלפע - מאנקי)

דארט וואו עס באלאנקט א קימעל לייקט מען נישט קיין גוף

ואידך פירושא זיל קמור

זיי נישט קיין תנא גמא

און צי דיר ר' נון (איך רעד נישט מיאוס) א ווארט

איך ווייס נישט וועגן הוטגע אדער גרעמער

אבער מיין שפראך "אידיש" זאלט איר נישט לאזן פארדרייט ווערן פון אזעלכע אידישיסטן ווי אייער קולש (גולש) ר' מאטעס

תוקן על ידי - בענעדיקט16 - 27/09/2005 22:44:20

not2bz » 27/9/2005 23:11

בענעדיקט16

אויף דיין פאספארט זעה איך אז די שרייבסט אביסל ביי חדשות אנש קען זיין אז דארט שרייבט מען אויף דעם וועג וואס די האסט דא געשריבן

נעקסטיים פאר די קומסט אריין דא אין קרעטשמע קלאפ אפ דיין שיך פון די זאמט וואס מען ווארפט זיך דארט (כלשון קרעמער)

בענעדיקט16 » 27/9/2005 23:13

לכבוד סגן מנהל שליט"א

אז איר האט שוין יא געכאפט א בליק אויף מיין פאספארט, פארוואזשע נישט אפליינען עטליכע פון מיינע תגובות? וואלט איר געזען אז איך בין כלל נישט קיין רגזן.

יא יא, ביז איינער רירט אן מיין מוטער שפראך...

איך בעט אייך אלע איבער, און איך וועל פרובירט פארמאכן די טיהר פון די קרעטשמע זייער צושטייטעלעך הונטער מיר ביים ארויסגיין.

לחיים!

זארעכפעפער » 27/9/2005 23:20

שאלעמ צו אַייך געעהרטער פּויפּבּסט;
אַזוי ווי דאָ אין קרעטשמע
הערשט נאָר אַ געשמאַקער און אַ רואיקער אַטמאָספער,
דעריבּער וועל איך אייך פּרובּירן צו געבּן צו פאַרשטיין אויפן שיינעם אויפנ.

אונזער כאָשעווער גוילעש, ערעבּ מאַטעס,
איז פון 'ישראל לאַנד'
און דאס יִידיש מיט וואָס ער באַנוצט זיך
איז עטוואָס אַנדערש ווי דער יִידיש צו וואס איר זייט געוואוינט.

ס'הייסט, אונזער בּאַליבּטער מוטער שפּראַך,
מיט וואָס די חרדים באַנוצן זיך,
ווערט אין 'ישראל לאַנד'
אַנדערש אויסגעלייגט; אַנדערש געריידט; און אַנדערש געשריבּן.

דעריבּער ווען מאַטעס
שרייבּט אָדער ער רעדט יִידיש
איז דאָס ניט 'פאַרדרייט',
דאָס איז נאָר 'אַנדערש'
פון אייער געוואוינטע אויסלאַגע
אין דער דאָזיקער שפּראַך.

ניט אַ יעדער וואָס איז אַנדערש פון אייך איז טייטש ער איז פאַרדרייט...

אין די אַלטע קרעטשמעס בּיי אונז אין דאָרף פלעגט מען דערויף זאָגן:
"אילי ואָאילי דיבריי א' כאַייעם"

mates1 » 27/9/2005 23:23

שלום, hot2dz

איך ווייס נישט, צו עס איז פאראן אין אידיש, אן ענלעך
ווארט צום o.k.

זאלט איר וויסן, אז אין עברית, נוצט מען זיך מיט דעם
ווארט o.k. נישט ווייניקער ווי די אמעריקאנער...

איך קען גאר שוואך ענגליש. אבער, דאך וועל איך פרובירן.
קען זיין אז איר מיינט: so = דערפאר, דעריבער.

האט מיר א גוטן אוונט.

not2bz » 27/9/2005 23:33

mates1

א שיינעם דאנק

not2bz » 27/9/2005 23:41

בענעדיקט16

איך האב יא נאכגעקוקט ווי אזוי די שרייבסט און טאקע וועגן דעם האב איך געשריבן 'קען זיין אז דארט שרייבט "מען" אויף דעם וועג' און נישט 'קען זיין אז דארט "שרייבטסטו" אויף דעם וועג'


לחיים טובים ולשלום

בענעדיקט16 » 28/9/2005 00:43

ר' נישט צי שטארק פארנומען

איר האט נישט באמערקט
ווי דער ר' מאטעס
האט אייך אזוי שיין
מכנה שם געווען

איר ענטפערט אים אפ
כאילו ער וואלט אייך
שיין געענטפערט
דערווייל האט ער
מיט אייער ניק
געמאכט פאטאש
עיין שם ודו"ק
מיט פינטעלעך

ר' פעפעריקער
מיט א קוּף
גארניט קיין קוֹף
זייער שיין געזאגט
אבער אלס א ידען
ברויכט איר וויסן
אז דער פויבסט
נישט אויבסט
קען אלע שפראכן
און אלס אזא
קען איך גאר גוט
די היימישע אידיש
און איך וועל נישט
מסכים זיין דערצו
אז מען זאל פארדרייען
און מאכן א דור הפלגה
מיט א בלבול לשונות

הגם אין די אמאליגע
קרעטשמעס
פלעגט מען יא דרייען אסאך
מיט די צינג
אבער דאהי גלויב איך
ווילט איר בלייבן עטוואס
מיט א קלארן קאפ
אנדערש וועט איר זיך
שטארק צומישן
און שרייבן מיט אן
אנדערן ניק וכדומה
ודי למבין
איך מיין נישט דווקא
אייך איך מיין מיך אויך

בענעדיקט16

שלמה_זלמן » 28/9/2005 20:14

די נענסטע ווארט אין אידיש (אין יידיש לויט mates...) צו SO איז "טא."

שלמה זלמן

בענעדיקט16 » 28/9/2005 23:27

איך וויל זיך ערלויבן צו פרעגן רשות ביי אונזער חשוב'ער לינגוויסט (שפראך קענער) ר' שלמה זלמן עטליכע שוועריקייטן וואס איך האב אין די אידישע שפראך.

1. איז דא אזא ווארט "ווען", צב"ש ווען איך וואלט 'ווען' געוואלט, וואלט איך 'ווען' וכו' וכו'.

זאגען זאגט זיך דאס ארויס 'וועין' (אזוי ווי אונזער קאלעגע'ס לעצטע נאמען), אבער שרייבן שרייבט זיך דאס אזוי ווי "ווען" איז מנחה היינט?

2. איז פארהאנען אזא ווארט "געט"? צב"ש יאנקעל 'געט' איבער פאר גרונם וכו', אדער איז די ריכטיגע ווארט 'גיט' וכדומה.

איך האב נאך אסאך אסאך פראגן אין די טעמע, ועוד חזון למועד [עס איז נאך דא אויסזיכטן אין די קומענדיגע צייטן]

בענעדיקט16

שלמה_זלמן » 28/9/2005 23:47

1. "ווען" אינמיטן א זאץ איז א ריין אונגארישע אויסדרוק (כ'האב שיער געשריבן אונגערישע עם הארצות...) ס'קומט לכאורה ערפילן די ענגלישע 've אין א ווארט, ווי אין I WOULD'VE CUT YOU IN HALF... IF I WOULD'VE... YOU COULD HAVE און נאך.

2. די ריכטיגע וועג צו שרייבן (און רעדן) איז גיט, גיב, אים און נישט געט געב עם. "גיט / גיב אים א בענקל צו זיצן" איז ריכטיג.

שלמה זלמן

whats_up » 28/9/2005 23:48

בענעדיקט: אונזער אלטע מנהל קרעמער האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל ידען אין די אידישע שפראך פרעג אים אן אין אישי אפשר וועט ער דיר ענטפערן

תוקן על ידי - whats_up - 28/09/2005 23:47:40

menchele » 29/9/2005 01:01

העלא, כעוורע; שוין לאנג נישט זיך געזען.

כ'בין שוין לאנג נישט דא געווען. עפעס פארפאסט? (חוץ דעם טישל וואס די באהערדע האט צוגעשטעלט דארט ביי יענער קרימער וואנט, אויף דער דירעקטער פארארדענונג פון פאטאצקי'ס בן יחיד.)

איך וויל קאמענטירן אויף דעם וויכוח צווישן מאטעס-1 און בענעדיקט-13.

"ריכטיג" איז פונקט אזוי אויסגעהאלטן ווי "ריכטיק". דער ייוו"א-יידיש ("כלל שפראך", ווי די יידישע שאוויניסטן גלייכן דאס צו רופן) דיקטירט אז די אלע ווערטער זאלן אויסגעלייגט ווערן מיט א "ק", ווייל זיי האבן אדאפטירט דעם ליטווישן דיאלעקט פון דער אידישער שפראך, און דארט זענען די אלע ווערטער ארויסגעזאגט געווארן מיט א "ק".

מיר - טייטש, רוב פרימע, אידיש-רעדנדע אידן - זאגן אבער די אלע ווערטער מיט א "ג", ווי זיי זענען ארויסגעזאגט געווארן אין אונגארן און טראנסילוואניע, פון וואו דער גרויסער רוב פרומע שארית-הפליטה אידן שטאמען אפ.

מיר זענען דער ייוו"א, דעם "פארווערטס" און דעם גאנץ-ביסל שריים פון "לאטיין-יידיש" גארנישט "שולדיק". אידיש איז אונזער שפראך, און דער דיאלעקט איז - אפגעזען פון וואס דער וויינרייך ווערטערבוך דיקטירט - ווי מיר רעדן אים. אויב גייט אייך דער "ק" אין לעבן, באטראכט די דאזיגע שיטה ווי נאך א דיאלעקט פון דער אידישער שפראך. (ס'איז קיין שום חסרון פאר א שפראך אויסגערעדט צו ווערן מיט מער ווי איין דיאלעקט.)

דער ייוו"א-יידיש האט געזוכט פטור צו ווערן פון דעם טראדיציאנאלן "דייטשמערישן" זשארגאן; מיר - נישט. פון מיין זייט זאל דער ייוו"א צוטשעפען צו זייער "יידיש" וואס מער טשוועקעס און פינטלעך און שטרייכן און שטרייפן; אזוי ארום וועט ער ביסלעכווייז אנקומען צום ציל: פארוואנדלט ווערן אין מין אפצווייג פון כינעזיש...

קרעמער » 29/9/2005 01:07

מענטשעלע;

געוואלדיג!!!

דא האסטו עטליכע גרינע חברה

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

ביסט אזוי גוט, אז דו האסט מיר צוריקגעברענגט פון אויבן (אויוון).

menchele » 29/9/2005 01:12

א דאנק דיר, קרעמער. און אויב שוין יא קאמפלימענטן, מוז זיך גראטולירן "בענעדיקט" פאר זיין סאטירישער סטיל. טאקע נישט די נארמע דא אין קרעטשמע, אבער פארט זייער צו דער זאך!

נאדיר קרעמער [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

נאדיר בענעדיקט [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

mefikel » 29/9/2005 01:15

פון אנפאנג ווען "דער שטערן" האט אנגעפאנגען צו ערשיינען, האט איינער דארט פרובירט צו שרייבן איבער די פארפלאנטערטע ענינים עיי"ש ודו"ק ודפח"ח

בענעדיקט16 » 29/9/2005 15:09

טייערע מענטשעלע

אפשר בין איך אן עם הארץ, אבער וואס מיינט דאס 'סאטיריש'? [בילד – נישט אפגעהיט]

און אז מ'רעדט שוין פון עמי-הארצות. איך האב נעכטן געקלערט און איך מיין אז עס איז אמת אויך, אז די ווארט עמי-הארצים, איז א שטיק עמי-הארצות... ווייל די לשון רבים פון 'ארץ' איז 'ארצות' און נישט 'ארצים'. בין איך גערעכט?

mefikel » 29/9/2005 19:06

טייערער פויבסט!

בעצם פארוואס דער אויסדריק 'עם-הארץ' באלאנגט פאר איינעם וואס זיין ידיעה אין תורה איז באגרעניצט, פארשטיי איך נישט פינקטליך.
אבער אויב שוין יא אזוי, וואלט איך כשלעצמי געזאגט אז בלשון רבים (PLURAL) וואלט מען ווען געדארפט זאגן 'עמי-הארץ' כמ"ש למען דעת כל עמי הארץ וכו'

menchele » 29/9/2005 19:36

לויז פארטייטשט, איז "סאטירע" די סטיל פון סארקאסטיש אפלאכן פון עפעס/עמיצן. (כ'מיין אז דאס ענגליש ווארט דערפאר איז SATIRE. קוק אין ווערטערבוך פאר דעם טייטש.)

דיין מהלך פון אפענטפערן מאטעס'ן מיט'ן אויפבלאזן דעם "ק"-שגעון (כגון "גלוקשאפט"), איז אן אויסגעצייכנטער ביישפיל.

וועגן עם/עמי הארצות/הארצים - כ'בין נישט קיין לשון קודש עקספערט; אבער כ'גלייב אז דער דיין ערעב זארעכ וואלט זיך גרינג אן עצה געגעבן: "אמעראצים", און געענדיגט...

בענעדיקט16 » 29/9/2005 20:28

מפוקל טייערער

די סיבה פארוואס מען רופט אָן אַן "עם-הארץ" מיט דעם נאמען, ווערט מבואר אין די פאלגענדע:

עם הארץ= הנמשלים לעפר הארץ, הם בני אדם הבזויים והפחותים שאין בהם נפש קדושה וכו' והם הנקראים עמי הארץ (אוהחה"ק בראשית ט"ו, ג').

עם הארץ= קראו חכמים ע"ה מי שאין לו חכמה "עם הארץ", כלומר לא נמצאו כי אם לישב הארץ לפיכך הם מיחסים שמם לארץ (רמב"ם בהקדמת פי' המשניות, ד"ה דע כי הקדמונים).

עם הארץ= עם הארץ הוא איש שיש לו מעלות המדות אבל אין לו מעלות שכליות, רצונו לומר שיש לו דרך ארץ ואין בידו תורה, והוא הנקרא עם הארץ ר"ל שהוא טוב לישוב הארץ ולקבוצי המדינות מפני שיש לו מעלות המדות שתיטב בהם חברתו עם זולתו (פי' המשניות להרמב"ם אבות פ"ה מ"ז).

עם הארץ= לשון עם הארץ האמור בכל מקום, שרוצה בתקונה של הארץ, אבל אין בו חכמה להבדיל בתקונין הראויין (רע"ב אבות פ"ה מ"י).

בלאט: 1 2 3 4